Advertisement

אויפנאמס צימער
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיטוואך דצמבר 07, 2011 3:24 pm

לאמיר זיך צוזאמען היימיש מאכען
איך האף אז דא פליק מען ניש....

Advertisement

דאנערשטאג דצמבר 08, 2011 3:25 am

שלום עליכם גבריאל נאדיר א "פליק" אבער א געזונטס!!
splenda יהא בואך לברכה לחיזוק כל הציקער ליידנע און אויך פאר אלע געזונטע!!!
זאלען אלע זיין געזונט און שטארק!!!!

דאנערשטאג דצמבר 08, 2011 4:53 am

שלום עליכם
חדר אינגעל, גבריאל און ספלענדא
ברוך השם עס איז דא טאקע א היימישע קרעטשמע
איר זענט וועלקאם..

דאנערשטאג דצמבר 08, 2011 3:04 pm

אויב מעג איך פרעגען פון ווי פארשאפט די עולם די בילדער?
איך בין נאך זייער פריש און די קאמפיוטער וועלט.
איך האב אראפגענימען א בילד פון גוגעל און דאס פריבירט ארויף צו לייגען
האט ער זיך אפגערעדט אז סאיז צו גרויס די פייל
סא וועט יעדע בילד וואס איך נעם אראפ פון גוגעל זיין צו גרויס ? אדער יעדע איינע איז דיפרענט?

פרייטאג דצמבר 09, 2011 4:02 am

איך האב אויך געהאט אזא פראבלעם
וואס איך האב געטוהן איז געאימעילט צו די מבינים ויודעי דבר
און זיי האבען עס ארויף געשטעלט...

דינסטאג ינואר 10, 2012 1:39 pm

נתקבל

דינסטאג ינואר 10, 2012 1:55 pm

מיר וועלקאמען אייך,

דינסטאג ינואר 10, 2012 1:56 pm

kidney donor האט געשריבן:נתקבל

אולם צריך לדבר

דינסטאג ינואר 10, 2012 2:12 pm

מיר פירן זיך איבערצוחזרן יעדע שטיק צייט די תקנות המקום:
1) מעמבערשיפ איז 29.99 א חודש.
2) מען קען באצאלן מיט אלע סארטן קרעדיט קארטלעך.
3) בשורה טובה! ע"פ בקשת הרבים נעמען מיר שוין אן "פעיפעל"
4) בקשה: ביטע נאר באצאלן פאר די וואס זענען ממונה דערפאר, אין נישט משוגע מאכן די מנהלים מיט די טעכנישע פרטים
5) די ערשטע חודש איז פריי פון אפצאל

געדענקט! באצאלט אין צייט אין פארשפארט אייך קאפוויטאג!!

דינסטאג ינואר 10, 2012 2:23 pm

חשמל האט געשריבן:געדענקט! באצאלט אין צייט אין פארשפארט אייך קאפוויטאג!!

איר האט פארגעסן צוצולייגן.

א קעסטל צו פארשפארן די קאפוויטאג קאסט נאך $15 חודש'לעך

דינסטאג ינואר 10, 2012 2:39 pm

יא יא גערעכט.. (די וועסט כאפן פאר דעם..)

דינסטאג ינואר 10, 2012 3:02 pm

צולייגער האט געשריבן:
kidney donor האט געשריבן:נתקבל

אולם צריך לדבר

עטליסט כדארף נישט איינלייגן קיין דריי טויזנט דאלער פארן זמן
חשמל האט געשריבן:מיר פירן זיך איבערצוחזרן יעדע שטיק צייט די תקנות המקום:
1) מעמבערשיפ איז 29.99 א חודש.
2) מען קען באצאלן מיט אלע סארטן קרעדיט קארטלעך.
3) בשורה טובה! ע"פ בקשת הרבים נעמען מיר שוין אן "פעיפעל"
4) בקשה: ביטע נאר באצאלן פאר די וואס זענען ממונה דערפאר, אין נישט משוגע מאכן די מנהלים מיט די טעכנישע פרטים
5) די ערשטע חודש איז פריי פון אפצאל

געדענקט! באצאלט אין צייט אין פארשפארט אייך קאפוויטאג!!

פעיפעל נעמט מען אויך אן?

דינסטאג ינואר 10, 2012 3:08 pm

עי' נומ. 3

שלום עליכם, מיר האפן הנאה צו האבן פון אייך. מאכט אייך היימיש, נעמט א גלעזל משקה, און דערציילט וואס ליגט אייך אויפן צונג.

(נוץ אויס דעם פרייען ערשטן חודש...)

דינסטאג ינואר 10, 2012 5:31 pm

נישט באמערקט

מיטוואך ינואר 11, 2012 4:19 am

כליות יועצות
שלום עליכם
זייט מצליח

שלום עליכם - עליכם שלום

דינסטאג ינואר 17, 2012 10:18 pm

א גוטן אלע טייערע חברים.
איך האב היינט געשריבן דא צום ערשטן מאהל לפענ"ד גוט געשריבען....... :grin:
און אזוי ווי איך האב געשיקט דער הודעה זאגט ער מיר אז ניין האלט דאס קענסטו נישט, איך האב נאך פראבירט צירוק ציגיין כאטש נישט צו פארלירן מיין הארוואניע, אבער עס איז שוין געוון נוגע לריק. :cry:

איך האב מגיב געווען אויפן שיינעם ארטיקל פון שאץ מאץ בנוגע די דור המצבים. קען איך עס נאך ערגעץ טרעפן? איך זע שוין נישט יעצט אינגאנצען נישט דעם ארטיקל.

דינסטאג ינואר 17, 2012 10:31 pm

שלום עליכם.
עס איז שוין געענדיגט די רענאוואציע, קענסט שוין צוריקגיין.

דינסטאג ינואר 17, 2012 10:32 pm

שלום עליכם 'עבודת הבורא', עס טוט מיר לייד צו הערן דיין דורכפאל, לאמיר האפן אז איר געדענקט דעם תוכן התגובה און איר האט דאס געדולד איבערצושרייבן.

דינסטאג ינואר 17, 2012 11:55 pm

יאפ ער האט געדענקט און פיין איבערגעשריבן,
א גוט העכטל דער עובד הבורא, א געשמאקע שפראך, און ווי ס׳שיינט, פיל חכמת החיים.

יהא בואו לברכה ולהרמת עבודת הבורא במחנינו.

מיטוואך ינואר 18, 2012 4:32 am

עבודת הבורא שלום עליכם ויהא בואך לברכה לחיזוק בעבודת הבורא!!!
און יא זייער שיין געשריבען

מיטוואך ינואר 18, 2012 7:55 am

שלום עליכם
שטייטס אויף אידעלעך לעבודת הבורא...

מיטוואך ינואר 18, 2012 10:48 am

שכח יעדן איינעם פארן שיינעם אויפנאמע.

זונטאג ינואר 22, 2012 11:33 am

שלום לחברינו היקרים
אן אלטע ליינער וואס דרייט זיך דא שוין חדשים און ענדליך גענומען די מיה צו נעמען די פעדער.
איך האף אז מ'וועט הנאה האבן דא פון מיר.

זונטאג ינואר 22, 2012 7:47 pm

איך האף אויך אזוי..

שלום עליכם

מאנטאג ינואר 23, 2012 5:14 am

dell האט געשריבן:שלום לחברינו היקרים
אן אלטע ליינער וואס דרייט זיך דא שוין חדשים און ענדליך גענומען די מיה צו נעמען די פעדער.
איך האף אז מ'וועט הנאה האבן דא פון מיר.

וועלקאם! ביסט א אלטע מאדעל? אדער גאר א נייע?
שרייב א תגובה

Advertisement