בלאט 7 פון 120

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 21, 2007 4:46 pm
דורך מאשקע
שלום עליכם געציל. מאכט אייך באקוועם.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 1:12 pm
דורך קרעמער
לחיים ולברכה!

מאכט אייך היימיש דא.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 3:25 pm
דורך איך_הער
שלום עליכם, לחיים ולברכה, זאלסט אונז אלע דערפרייען און די זעלבע זאלסטו אלץ זיין פרייליך מיט די גאנצע משפחה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 3:35 pm
דורך סאכדעס
קרעמער האט געשריבן:לחיים ולברכה!

מאכט אייך היימיש דא.



ווען יאך האב דאס פריערט געמערקט, האביך געקלערט, עפעס גייט פאר מיט קרמער, ער האט געטרונקן צופיל, וואס לחיים ולברכה? אהה איצט זעהט מען שוין. גדלו והצליחו וגם עשו פרי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 5:35 pm
דורך לחיים ולברכה
אזא ווארימע אויפנאמע האב איך נאך קיינמאל נישט געהאט. האט עס צוטוהן מיט פורים? אדער א גאנץ יאר פרייליך.
עכ"פ, ס'איז א גרויסע ענין צו זיך משמח זיין און אויך אנדערע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 5:37 pm
דורך מאשקע
לחיים ולברכה האט געשריבן:אזא ווארימע אויפנאמע האב איך נאך קיינמאל נישט געהאט.

וואס הייסט? וויפיל מאל ביזטו שוין אריינגעקומען אין קרעטשמע?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 5:51 pm
דורך צייטליך
מאשקע, שוין הייבסטו אן מיט קשיות ? ער אינאך ניי דא,
לחיים, האב נישט מורא פון אים, ער קוקט נאר אויס אזוי אויפן בילד,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 5:55 pm
דורך מאשקע
נו, פיר אויס: אין ריעל לייף קוק איך אויס אסאך ערגער...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 5:59 pm
דורך לחיים ולברכה
מאשקע, גערעכט. פון צייטליך דארף איך מער מורא האבן. דו טאנצט כאטש, ער שלאגט מיט די גאנצע כעס.

און צו דיין קשיא מאשקע, 'קיינמאל נישט געהאט' מוז נישט מיינען אין קרעטשמע, ס'קען פונקט אזוי מיינען אין ישיבה, אין ביהמ"ד און .. אפילו אינדערהיים.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 6:00 pm
דורך מאשקע
לחיים: געמיר דיין גוגעל אימעיל אדרעס. אז דו האסט נישט, מאך דיר איינס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 6:02 pm
דורך לחיים ולברכה
וואס איז די מעשה מאשקע?
איך האב אסאך גוגל אימעיל עדרעס, פארוואס דארפסטו זיי?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 6:02 pm
דורך איך_הער
מאשקע האט געשריבן:לחיים: געמיר דיין גוגעל אימעיל אדרעס. אז דו האסט נישט, מאך דיר איינס.


מאשקע, פאר צוריק צום נושא.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 6:03 pm
דורך לחיים ולברכה
די באס פארט צוריק צום נושא אין 15 מינוט...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 6:05 pm
דורך איך_הער
מאשקע האט געשריבן:לחיים: געמיר דיין גוגעל אימעיל אדרעס. אז דו האסט נישט, מאך דיר איינס.


מאשקע, איך בין כמעט זיכער אז דו האסט אים שוין אויף גוגל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 6:06 pm
דורך לחיים ולברכה
כ'פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר, וואספארא גוגל עדרעס?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 6:21 pm
דורך צייטליך
נא לחיים, מאך נישט דעם גאנצען עולם דא צונאר,
לייג ארויף דיין גוגעל אדרעססע, אז דער עולם זאל קענען א שמועס כאפן מיט דיר אויסער די ווענט פונעם קרעטשמע, נו שנעל, אויף וועמען ווארטסטו ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 6:23 pm
דורך לחיים ולברכה
שלום עליכם שמערל, דא איז די ברוכים הבאים ליסטע, מאך זיך היימיש.
איך האב אויך נאר היינט אנגעהויבן צו שרייבן, און איך בין שוין א שר העשר, אזא טיטל וואס איך האב מיר קיינמאל געראכטן.

ברעקיניג נויס {ציבראכענע נייעס, בלשונינו}

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 6:50 pm
דורך Anonymous
שמערל איז דא!!!

יא שמערל, פין הודאנאנאש, ער איז פיינעלי אנגעקימען

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 10:09 pm
דורך לחיים ולברכה
ערלעדיגט, איך טוה ענק צוליעב.
איך גיי דא אנטפלעקן מיין אדרעסע, ס'איז עכט אין רוסלאנד נעבן מאסקווע, (פארשטייט זיך ביים וואסער...) ביים עק פונ'עם קרעטשמע. איך בין נישט דארטן תמיד, אבער לפעמים פאל איך אהין אריין.
אט איז עס:
anash718@gmail.com
ווען ס'וועט אויספעלן, עמיר עפענען א נייע מיט מיין 'עכטע' נאמען...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 11:37 pm
דורך קרעמער
אויב איך מעג פרעגן;

וואס איז די אנפאל דא אויף לחיים ולברכה'ן? קוים אריינגעקומען, שוין צימבעלט מען אים "געב מיר דיין גוגעל" "געב מיר דיין גוגעל", דאס איז דאך ממש ווי די אינקוויזיטארן אין שפאניע.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 23, 2007 1:00 am
דורך מאשקע
איך_הער האט געשריבן:
מאשקע האט געשריבן:לחיים: געמיר דיין גוגעל אימעיל אדרעס. אז דו האסט נישט, מאך דיר איינס.


מאשקע, איך בין כמעט זיכער אז דו האסט אים שוין אויף גוגל.

וואס באלט דיר פיי?

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 23, 2007 10:53 am
דורך סאכדעס
שלום עליכם שמערל.

אן ענפער פאר קרעמער: קיינער האט נאך אינ'ם ערשטן טאג נישט אזוי גוט אויסגענומען ביין ציבור.

און אויך האט ער באלד אנטפלעקט פאר'ן ציבור אז ער גוגל'ט, נו אויב שוין יא, אהער דערמיט.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 23, 2007 10:56 am
דורך cano
לחיים ולברכה: שלום לך ושלום לעזריך.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 23, 2007 11:04 am
דורך איך_הער
cano האט געשריבן:לחיים ולברכה: ושלום לעזריך.


קאנאו, ס'איז נישט איידל צו גריסן שטובער. ( על שם יענעם וואס האט געזאגט אז מ'טאר נישט קוקן טי ווי, ווייל מ'קען זען שטובער טאנצן.)

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 23, 2007 11:10 am
דורך לחיים ולברכה
אפשר מיינט ער עזר "כנגדו"?