שלום עליכם - עליכם שלום

אויפנאמס צימער

אחראי: אחראי

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דינסטאג אפריל 24, 2007 4:58 pm

שלום עליכם מקוה איד און קושקע, ביידע זייער קענטליך. איר קענט מיר נישט (ווארשיינליך), אבער איך קען אייך יא. א בחינה פון רואה ואינו נראה.....
אלזא, כאפטס א טינק אין אונזער קרעטשמע, און ביטע אויסדריקליך זיך נישט אפטרוקענען מיט די האנטעך אז די קדושה פונעם קרעטשמע זאל בלייבן אויף א לאנגע צייט.
אז איר גייט ארויס אינדערויסן נעבן מקוה אויף די רעכטע זייט, שטייט דארט אונזער שר המשקים ר' מאשקע נ"י מיט אסאך יי"ש צו קענען מאכן א לחיים.
און צו דיר קושקע א קליינטשיג ווארט, פון היינט און ווייטער וועסטו אונז מהנה זיין יעדן ליל שישי מיט געשמאקע טשאלענט און קושקע. ס'איז פארהאן אן עקסטערע ליל שישי אשכול וואו מ'וועט דאס פארטיילן.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » דינסטאג אפריל 24, 2007 5:02 pm

חחחחחחחחחחחח 3X0 , שלומאליכם, מקוה איד און קושקע, קוק אביסל צוריק עסטו זעהן אלע פאכלייט דא, כאב עס שוין איינמאל געשריבן,
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

קושקע
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 24, 2007 4:43 pm

תגובהדורך קושקע » דינסטאג אפריל 24, 2007 5:04 pm

לחיים, איר מיינט צו זאגן אז איר האט א ניק אויף היידפארק, זייער פיין, כעל זאגן דעם אמת, איך נעם אסאך PRIDE אין מיין ניק 'קושקע', ווען דער ניק וואלט נישט געווען עוועילעבעל ווייס איך נישט צו איך וואלט אריינגעטרויטן אין קרעטשמע.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אפריל 24, 2007 5:28 pm

שלום עליכם מקוה_איד און קושקע, צוויי פרישע געסט פון היידפארק.

יהא בואכם לברכה, להרמת קרן הקרעטשמע.

מיט אכט און שעצע,

קרעמער

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג אפריל 24, 2007 6:58 pm

שלום עליכם מקוה איד און קושקע.

איך בין ווערטערלאז.

סאכדעס.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אפריל 24, 2007 11:33 pm

סאכדעס;

אבי נישט ווערטלאז (וזאת למודעי: ווען איך שרייב 'אבי', באדייט דאס אבי, א דוגמא ווי אין אבי-געזונט. ווען איך רעד צום ניק אבי-מ'לעבט, שרייב איך אביעזר).

---

שלום עליכם הערשל הצדיק, ברוכים הבאים צו אונזער היימישע קרעטשמע, און לאז אונז זען פון וואס דיין צידקות באשטייט...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג אפריל 24, 2007 11:40 pm

שלום עליכם קושקע, ( צו להכעיס אויף יאסעלע.) מאך דיך באקוועם, און זיי אונז מהנה, מיט דיין כח הכתיבה, יישר כח למפרע.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך אפריל 25, 2007 12:06 am

איך בין געווען היבש ביזי, מיט ענטפערן תגובות תגובה על מחנהו ותגובה על דגלו, און אינמיטן באמערק איך א שלום עליכם פון קרעמער פאר הערשל הצדיק, האב איך נישט געוואוסט וואס צו טראכטן, ווייל ווען איך בין אריין געקומען איז דער לעצטער נייער איינגעסיינטער, געווען קושקע, אבער אצינד ווען איך בין פארטיג געווארן, און איך בין ארויס צו די פראנט קרעטשמע, זעה איך שוין אלעס מער ווייניגער וואס דא טוהט זיך, עמער טאקע מקבל פנים זיין הערשל'ען אויפן שענסטן פארנעם וואס נאר שייך.

שלום עליכם, הערשל הצדיק, מיר האבן דא פון אלע מינים, ברוך השם צדיקים אויך, און אזוי ווי קרעמער האט שוין געבעטן, באווייז אונז דיין צדקות.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מיטוואך אפריל 25, 2007 10:52 am

אה, שלום עליכם ר' הערשל, דו ביזט עס טאקע? דער באקאנט ערשל מיט'ן ה"א הידועה? און דער צדיק מיט'ן ה"א הידועה.
אלזא, מאכט אייך באקוועם, ס'איז צוגעגרייט פאר אייך די גרויסע תהלים דארטן ביים בעל תפילה'ס עמוד. שטעל דיך אהין און זאג הויעך תהלים, און זיי אונז משפיע פון דיין גרויסע צדקות.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך אפריל 25, 2007 11:44 am

לחיים ;l;p- זיס ווי צוקער

שלום עליכעם ר' הארש.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג אפריל 27, 2007 11:58 am

שלום עליכם אלץ-ווייסער.

קום אריין, מאך דיך באקוועם, און ווען דו מיינסט אז דו ביסט שוין אויסגערוהט, לאז אונז הערן און זען וואס דו ווייסט אלס.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג אפריל 27, 2007 12:09 pm

איך הער, דעס איז גוט,
אינז פלאג מיר זיך שוין לאנג צו האבן א אלץ-ווייסער דא, צענדליגער מאל וואס די חבירים דרייען זיך ארום מיט שווערע קשיות אין קאפ, מ'ווייסט נישט אהער און אהין, ס'איז א טומל, מ'קען נישט ארויסקימען מיט א קלארן ענטפער,
געלויבט השי"ת אשר השבית לנו גואל, און עס האט זיך אריינגעשריבן ביינונז א 'אלץ-ווייסער', ס'איז צום האפן אז ער וועט אינז באגערן מיט אלצדינג וואס ער ווייסט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » פרייטאג אפריל 27, 2007 12:50 pm

שלום עליכם אלץ-ווייסער
לכבודך על מיך מוזן ארויסנעמען די ווייסע פרוכת פון אונטערן ארון קודש. זעצט אייך אנידער אויפ'ן ווייסן באנק נעבן די אפענע גמרא מיט די ווייסע פאפיר, כ'על אייך שוין צוברענגן א ווייסע קאווע און א ווייסע גלעזל (האט קאפ בלע"ז).
באלד קומט אריין מאשקע, ער וועט אייך דערלאנגן א גלעזל ביר מיט א באנטש ווייסע שוים. דערנאך עסטו גיין אין מקוה און טוישן דיינע וועש צו פרישע ווייסע וועש לכבוד שבת. און האמיר אלעס ווייס גוטס.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג אפריל 27, 2007 2:40 pm

לחיים, כ'מיין מ'זאל דיר אויפנעמן אלס: שר החוץ. כ'מיין יעדעס מאל וואס דו נעמסט אויף עמיצין קומט מיר צו לאכן.

עניוועי שלום עליכם אלץ-ווייסער.

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

תגובהדורך Jewboy » מאנטאג אפריל 30, 2007 7:19 am

שלום עליכם פאר די אלע וואס קומען צו פארן פון חו"ל קיין מירון
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » מאנטאג אפריל 30, 2007 10:22 pm

איך בין אן אלץ ווייסער, ווען כ'וועל שוין זיין "ווייס"
דערווייל בין איך נאך א "גרינער".

ווען כ'וואלט ווען געהאט "גרינס"... וואלט יעך אויך בעסער געשטאנען. אצינד זיץ איך טיף טיף איינגעלייגט.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך מאי 02, 2007 1:32 am

שלום עליכם בני הכלא, מאך זיך היימיש דא צווישן די היכל דקדושה.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך מאי 02, 2007 2:08 am

סאו סארי סאכדעס, שקויעך אגב פאר די ווארימע אויפנאמע
דא האב איך געזאלט געווען זיך אריינצושרייבן,

דאס האב איך געשריבן ביים ברוכים הבאים,
"עליכם השלום, אלע קרעטשמערירערס,
ב"ה איך האב נאך דערלעבט אנצוקומען לעבעדיג צו די קרעטשמע, אזא זאווערוכע וואס בוזשעוועט אינדרויסן, גלייבטס מיר ברודער מיינע, אין מיינע פופציג יאר אלץ בעל עגלה, האב איך דאכט זיך אזאנס נאכנישט געזען, מיין אלטער קראנקער פערד קוים וואס ער אטעמט נאך, נעבעך, אשאד ער זאל נישט אוועקפאלן, דאס איז דאך מיין גאנצע חיונה, וויפיל דאס קליקט שוין, האטס אים אינזין ביים גלעזל שנאפס, לרפואת סוסתא בת חמשין, איך האב אליינס געהערט פון מיין גרויסע רבי זאל זיך אוודאי מיעהן פאר מיר, אה דער גרויסער רבי, האט ער געזאגט וואס חברים ביים טרינקן פויעלן אלץ, קען נישט קיין צדיק הדור פויעלן, לאמיר אויך זיך צוזעצן דא צו אייך טייערע ברודער, זייטס אזוי גוט זייטס מיך מקרב, איך בין נישט קיין גרויסער טרינקער, נאר אביסעלע וואדקע, תזכו למצוות, ע"כ מדברי הנחמדים מעץ ואבן,

[יעצט מיט'ן "ואני" ניגון, פאר ווער עס געדענקט נאך גירסא דינקותא, און מיט'ן רעכטן דומן פינגער]
ווייס איך דאך אוודאי אז איר האט א שווער הארץ אויף מיר, זאג איך אייך ניין, איר זאלט נישט האבן, ווייל איך האב עס געטון, אויפן ציווי פונ'ם אייבערשטען ווייל ווען נבוזראדן וועט פארטרייבן די אידן אין גלות אריין אין די קרעטשמעס, וכו'
דער איינער אמת איז אזוי,
איך וועל אייך דערציילן דברים כהווייתן, אמת לאמיתו, מיין פערדל לאנג זאל ער לעבן, האט נישט עספיעט מיך צוצופירן אפילו צום טיר פון קרעטשמע, כ'האב אזוי געמוזט יא נעבעך, פשוט קריכן אויף אלע פיר ווי א הולך על ארבע כנפים, ביז איך בין מיט די נשמה אין די הענט, אנגעקומן צום טיר'ל, האב איך שוין געמאכט א ברייטע שלום עליכם.
איז פאר די פערפעקשעניסטן (אויב ס'געפינט זיך ח"ו אזא סארט קרענק דא אלע גוים) זאג איך דא נאכאמאל בפה מלא, עליכם השלום אלע אידעלעך,,
לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 2:12 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך מאי 02, 2007 9:30 am

אז מ'לעבט דערלעבט מען, מיר האבן שוין דא אויך פון די בני היכלא.

שלום עליכם, וואס הערט זיך אזוי, דערצייל אביסל דיינע איבערלעבענישן, אויפן שווערן וועג אהער, שעם דיך נישט, ביסט זייער וואלקאם און ענדזשוי דיך.

ביידאוועי, וויפיל קינדער האט דער טאטע 'היכלא'?

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מיטוואך מאי 02, 2007 10:10 am

איי איי איי, פון שלום עליכם ביז בני היכלא איז איין שאס. מאך זיך היימיש אונטער די דאך פון היכלא דקרעטשמע, ווארט מ'ברענגט שוין די חלה מיט די פיש. בראנפן וועסטו מוזן אליינס ברענגן.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מיטוואך מאי 02, 2007 10:12 am

ווווואאאאאאאאסססססססס?????
îé&a - איז אויך דא?
כ'גלייב נישט, ממש אזוי גוט אנגעקומען. ווער האט דיר געוויזן די וועג? ס'איז קענטליך פון דיין שרייבן אז דו האסט אביסל געבלאדזשעט פאר'ן פיינעל דעסטינעישאן, אבער נעבער טו לעיט זאגט מען אויף אידיש.
כאפ א שפאציר ביים וואסער, זאלסטעך אביסל אויסלופטערן, קומען צו זיך פון די שווערע פארבלאנדזשעטע וועג, אולי ואולי וועלן מיר דעמאלט פארשטיין דיין שפראך.........

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך מאי 02, 2007 12:49 pm

איך הער,
גוט אז דו האסט דערלעבט, יעצט וועסטו כאטש זען ווי גוט ס'איז צו לעבן, וועסטו שוין נישט פרובירן נאכאמאל ח"ו ראחמאנע לישייזוואן....ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין...
וואס אן אמת, דער טאטע זאל רוען אין לעכטיגען גן עדן, האט געהייסן מיכלא,
נאר פון גרויס התרגשות, דערמאנענדיג זיין נאמען, האב איך נישט געקענט, דעם שווערן מ"ם ארויסזאגן, דער ליפן האט זיך מיר נישט געוואלט צומאכן פון שרעק און ציטער, כ'אב געמוזט בעל כרחי זאגן א גארגל אות, די גרינגסטע אות, דאס איז דער ה"א, סוף כל סוף בין איך דאך באשאפן געווארן דורך א ה"א,
[ורמז לדבר, דאכט זיך אז די רי"ף זאגט אין סנהדרין פארוואס עדות איז א לאו שאין בו מעשה אפילו איך האלט עקימת שפתים הוה מעשה, ווייל די גאנצע יא און ניין אויף אראמיש איז מיט א ה"א]

לחיים,
אינטרעסאנט, פלא והפלא, אזוי פונקט גוט צוגעטראפן,
איך האב מיך טאקע אלץ געוואונדערט, ווי קומט דער בני היכלא געזונגען צו ווערן אויפן שלום עליכם ניגון, כמנהג קצת חסידי בית צאנז,
לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 2:12 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך מאי 02, 2007 12:56 pm

כלי, דו ביסט דאך אזוי גוט, קומזשע שעהן אריין אין היכל הקרעטשמע. און לאז דיך הערן, עפן א געשמאקען אשכול, מ'זאל וויסן פון דיר אין אלע געסלעך.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך מאי 02, 2007 1:16 pm

סאכדעס, איך שטעל זיך פאר, אז מיט כלי, מיינסטו מיין בני היכלא, איי וואס עפעס כלי, שעמי באו, מאכט נישט,
אבער וואס איך פלאג מיך נאך צו פארשטיין איז, וואס מיינסטו מיטן זאגן איך זאל אריינקומען?, בין איך נאך נישט אריינגעקומען?
לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 2:11 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך מאי 02, 2007 1:24 pm

בנייכאלע;
וואסאחילעק וואס ער מיינט צו זאגן? היות דו ביזט סיי-ווי בגילופין, נעם דיך שרייבן אז ס'זאל גיין א גערוך פון דיין מויל! א גערוך פון פיינע אלטע וויין!


צוריק צו “ברוכים הבאים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט