בלאט 1 פון 1

פרישע מנהל געזוכט...

געשריבן: דינסטאג ינואר 12, 2016 2:54 pm
דורך פלטיאל
נאך וואס צייטליך האט אפיציעל געמאלדן זיין רעזיגנאציע פון די מנהל אמט, בין איך פארבעטן געווארן פון די הנהלה צו אנפירן די זוכעריי פאר א פרישע קאנדידאט וואס זאל איבערנעמען זיין פאזיציע, ווערט עס האט א אינטערעסע זאל זיך ביטע מעלדן אין אישי, די הנהלה וועט אדורכגיין די אלע מעגליכע קאנדידאטן און וועט ארויסשטעלן דער וואס איז די מערסטע פאסיג.

קוואליפיקאציעס:
    ברויך זיין אריבער דעם שר האלף
    האבן ווייניגער ווי צען פראצענט געמעקטע תגובות
    ברויך עס נעמען ווי א פול טיים דזשאב (ארבעטסלאזע אינגעלייט זענען ווילקאמען)
    ברויך קענען פארנעמען קריטיק
    ברויך האבן שווערע מוסקלען (צו אריבערפירן אדער ארויסטראגן אשכולות)
    קענען האלטן א סוד
    די יעצטיגע הנהלה דארף וויסן ווער איז זענט, אין אנדערע ווערטער גילוי במקצת.
    און נאך, וואס וועט ווערן אויסגעשמועסט מיט די נאמינירטע קאנדידאט זעלבסט.

ביטע שיקן נאר אויב איר זענט באמת מסכים

א דאנק

געשריבן: דינסטאג ינואר 12, 2016 2:58 pm
דורך אלטן דור
Capture.JPG
Capture.JPG (9.49 KiB) געזעהן 8612 מאל

פשוט עס האט מיר נאך אויסגעפעלט איין תגובה אנצוקומען צו שר האלפים :roll: :roll:

געשריבן: דינסטאג ינואר 12, 2016 2:59 pm
דורך פיין מסכים
פיין מסכים, אפס איך בין נאך נישט קיין שר האלף אםםםםםםם אקעי אבער מיט די אנדערע ניק יא

געשריבן: דינסטאג ינואר 12, 2016 3:02 pm
דורך פלטיאל
איר קענט אויך איבערגעבן אייער שטיצע אין דעם אשכול

געשריבן: דינסטאג ינואר 12, 2016 3:08 pm
דורך יאנקעלע קליגער
פאר ווער ס'ווייסט נישט פלטיאל איז נחסם

געשריבן: דינסטאג ינואר 12, 2016 3:43 pm
דורך בן נון
וואס איז די דשאוק דא?

געשריבן: דינסטאג ינואר 12, 2016 3:57 pm
דורך לכתחילה אריבער
בן נון האט געשריבן:וואס איז די דשאוק דא?

ס'איז נישט קיין דזשוק.... פאלטיאל האט זיך אנגעגעסן מיט א געפערליכע גרויסע דאזע פון "גוטמוטיקייט", און ער שלעפט אונז אלע אריין אין זיין געשמאקע גיסטע!!

געשריבן: דינסטאג ינואר 12, 2016 6:21 pm
דורך שנאפס
איינער שיקט מיר א לינק צו דעם אשכול, אבער איך האב מורא אז איך קום נישט נאך די צווייטע תנאי..

געשריבן: דינסטאג ינואר 12, 2016 6:29 pm
דורך נא_שכל
מ'דארף האבן א סמארטפאון?

געשריבן: דינסטאג ינואר 12, 2016 7:47 pm
דורך מטעמים
פלטיאל, עס זעהט אויס ווי דו האסט חשק דערצו, איז וואר?

געשריבן: דינסטאג ינואר 12, 2016 8:26 pm
דורך די דיזיינער
בין איך נאך נישט קיין שר האלף

געשריבן: דינסטאג ינואר 12, 2016 8:46 pm
דורך מלה בסלע ודי לחכימא
ב״ה איך בין נאך נישט ארבעטסלאז און ממילא אויך נישט קיין שר האלף (אין מיין קורצע צייט וואס איך בין דא).

געשריבן: מיטוואך ינואר 13, 2016 1:01 pm
דורך דארפסמאן
איינער קען מיר מזביר זיין וואס דא גייט פאר, ווייל מיין שוואכע קאפ פארשטייט עס נישט

געשריבן: מיטוואך ינואר 13, 2016 1:34 pm
דורך מומחה עצום
דארפסמאן האט געשריבן:איינער קען מיר מזביר זיין וואס דא גייט פאר, ווייל מיין שוואכע קאפ פארשטייט עס נישט

אפריל פולס מוקדם

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 04, 2017 1:48 pm
דורך גארגארפיק
דארפסמאן האט געשריבן:איינער קען מיר מזביר זיין וואס דא גייט פאר, ווייל מיין שוואכע קאפ פארשטייט עס נישט

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2018 10:31 pm
דורך אדער יא
פלטיאל האט געשריבן:ברויך עס נעמען ווי א פול טיים דזשאב (ארבעטסלאזע אינגעלייט זענען ווילקאמען)
ברויך קענען פארנעמען קריטיק
ברויך האבן שווערע מוסקלען (צו אריבערפירן אדער ארויסטראגן אשכולות)


מ'באקומט פון די אדווערטייזמענטס הכנסה ?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2018 10:36 pm
דורך למעלה משבעים
וואס רעדסטו, האסט נאכנישט געזען מיין וועכענטליכע טשעק?
--
אדווערטייזמענט גייט צום סייט אדמין, און האט גארנישט מיט די הנהלה.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 21, 2018 12:46 am
דורך מטעמים
נישט איך