פשוט'ער אידל האט געשריבן:מיסטעריעז האט געשריבן:ר' פשוטער אידל, איך ווייס נישט פון וועלכע קליפ איר רעדט דא און אז איר האט עס ארויפגעברענגט איז עס מסתמא א ערגערע ווי ביי די געווענליכע 'אזהרות', אבער זינט איר חזר'ט איבער אייער מחאה איינמאל און נאכאמאל ווען אימער מען שרייבט דעם אזהרה וועל איך עס אייך מסביר זיין.
לאמיר אייך פרעגן; איר האט שוין אמאל געזעהן איינעם לייגן א קליפ "פון א פרוי" און שרייבן 'אזהרה נשים'? ניין! אלץ איז עס ביי קליפס ווי "מען זעהט א פרוי".
פארוואס? הערט;
עס איז דא א ווארט "זעהן" און עס איז דא א ווארט "קוקן", דאס זענען צוויי אנדערע זאכן. אין לשה"ק איז דאס "הסתכלות" און "ראי'". "קוקן" אויף פרויען איז אסור, "זעהן" פרויען איז "מן הדין" נישט אסור.
א קליפ "פון א פרוי" מיינט אז מען גייט "קוקן" אויף א פרוי און דערפאר וועט א אינגערמאן נישט האבן אזא קליפ און עס פאוסטן אודאי נישט.
א קליפ ווי מען "זעהט" א פרוי מיינט אז מען גייט "זעהן" א פרוי, דערפאר אויב איז ער מחליט אז ער וויל עס פאוסטן "מעג" ער. אבער דאך שרייבט ער צו "אזהרה נשים", אז דער וואס גיבט זיך אכטונג פון זעהן אויך זאל נישט נכשל ווערן על ידו.
בתקוה להבנה אחת ולתמיד
סאדאם חוסעין האט געשריבן:איך זעה אז איר האט נאכנישט געלערנט קיין דרך פקודיך ווייל דארט איז קלאר מבואר אז דאס אלעס איז נאר געזאגט געווארן ביי א פנויה מה שאין כן ביי א ערוה ווי א אשת איש אדער א אינו משלנו איז ראיה אויך אסור, נאר עס איז דא נאך ווייניגער ווי ראיה אז מען האט פונקט באמערקט
די תורה האט נישט געזאגט אז מען טאר נישט באמערקן א גויע נאר נישט קוקן כל שכן נישט באטראכטען
אקעי, איך בין נישט דא דער באגי מען און מוסר זאגער, איך בין א פשוט'ער אידל וואס וויל נאר אז אייוועלט זאל בלייבן א שטאלץ פאר ערליכע אידן און 'אייוועלט וועט זיין וואונקל פון (פאר אידן מיט תורה און יראת שמים) ביז משיח וועט קומען'.
איך האב נישט געזעהן דעם דרך פיקודיך פון 'סאדאם חוסעין', מסתמה אין הלכה קען זיך דן זיין, ס'איז נישט אזוי פשוט אז מ'מעג לכתחילה זיך אויסשטעלן צו ראי', פרעג דיין דיין.
און איך קלער יעצט אזוי ביי מיר אז פון די גמ' איכא דרכא אחרינא איז לכאורה משמע אז ס'איז אסור. (און איך שעם זיך צו זאגן אויף א קליפ וואס איז בלויז פאר פארוויילונג אז 'ליכא דרכא אחרינא'. קאררעקט מי איף איי עם ראנג).
אבער למעשה איז דאס א מדריגה אראפ, אין איד און בלאט וועט מען פאר קיין געלט נישט אריינלייגן אפילו א בלאסע פיקטשער וואס האט נאר אין וואונקל עפעס נשים, כאטש אין אנדערע פלעצער באנוצט מען זיך שטארק מיט די היתר אז ס'איז נישט לשם הסתכלות.
אין ביהמ"ד שמועסנדיג וועגן אייוועלט און אז איך שרייב דארט צומאל, האט איינער דארט מיך פארגעהאלטן אז "אייוועלט איז נישט עכט מקפיד אויף בילדער פון נשים". דאס האט מיר זייער געבאדערט, ווייל קע"ה, אייוועלט איז למעשה די ערליכסטע וואונקל אויפן כדור האינטרנט. און ווי דו האסט געזאגט איז עס נישט אז 'מלייגט ארויף בילדער פון נשים', נאר בלויז א רגע אינמיטן א קליפ. למעשה איך האב זיך געשעמט און איך האלט אז ס'איז טאקע א שאד מיר זאלן נישט זיין אויפן ניווא כאטש ווי דער איד און בלאט.
אויב רוב מענטשן ווילן דאס דווקא, פאק איך איין. אבער אויב פאר רוב מענטשן איז דאס אויך נישט ניחא, איז דאך ממש א שאד. די אידן וואס לייגן ארויף די קליפס טוען דאך עס נאר להנות את הציבור.
וואס זאגט איר וועגן מאכן וואלן צו רוב עולם וויל מ'זאל אויפהערן מיט די נשים און 'הסתכלות נשים' דיקלעימער?
(חודש אלול גייט אפשר שפילן אויף מיין זייט, אבער דאס איז שוין מיין רווח...)
די פאול זאל זיין עפעס אזוי:
--בעסער בכלל נישט ארויפלייגן קליפס וואס קען האבן אין זיך 'זהירות נשים'.
--יא ארויפלייגן, און שרייבן 'זהירות נשים' ווייל דאס האלט מיך צוריק פון קוקן.
--יא ארויפלייגן, און נישט שרייבן 'זהירות נשים'. איך קוק סייווי. (און איך וועל ענדערש נישט באמערקן אויב דו שרייבסט נישט, אי נימא משום מוטב שיהיו שוגגים..).