אנקעטע: קליפס מיט 'זהירות נשים' אויף אייוועלט

אויפנאמס צימער

אחראי: אחראי

אנקעטע: קליפס מיט 'זהירות נשים' אויף אייוועלט

יא ארויפלייגן, און שרייבן 'זהירות נשים'.
21
31%
יא ארויפלייגן, אבער בעסער אז מ'רעדט נישט דערפון... נישט שרייבן 'זהירות נשים'.
8
12%
בעסער בכלל נישט ארויפלייגן קליפס וואס האט אין זיך 'זהירות נשים'.
38
57%
 
סך הכול שטימען: 67

אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 02, 2013 9:08 pm

אנקעטע: קליפס מיט 'זהירות נשים' אויף אייוועלט

תגובהדורך פשוט'ער אידל » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 3:10 pm

פשוט'ער אידל האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:ר' פשוטער אידל, איך ווייס נישט פון וועלכע קליפ איר רעדט דא און אז איר האט עס ארויפגעברענגט איז עס מסתמא א ערגערע ווי ביי די געווענליכע 'אזהרות', אבער זינט איר חזר'ט איבער אייער מחאה איינמאל און נאכאמאל ווען אימער מען שרייבט דעם אזהרה וועל איך עס אייך מסביר זיין.
לאמיר אייך פרעגן; איר האט שוין אמאל געזעהן איינעם לייגן א קליפ "פון א פרוי" און שרייבן 'אזהרה נשים'? ניין! אלץ איז עס ביי קליפס ווי "מען זעהט א פרוי".
פארוואס? הערט;
עס איז דא א ווארט "זעהן" און עס איז דא א ווארט "קוקן", דאס זענען צוויי אנדערע זאכן. אין לשה"ק איז דאס "הסתכלות" און "ראי'". "קוקן" אויף פרויען איז אסור, "זעהן" פרויען איז "מן הדין" נישט אסור.
א קליפ "פון א פרוי" מיינט אז מען גייט "קוקן" אויף א פרוי און דערפאר וועט א אינגערמאן נישט האבן אזא קליפ און עס פאוסטן אודאי נישט.
א קליפ ווי מען "זעהט" א פרוי מיינט אז מען גייט "זעהן" א פרוי, דערפאר אויב איז ער מחליט אז ער וויל עס פאוסטן "מעג" ער. אבער דאך שרייבט ער צו "אזהרה נשים", אז דער וואס גיבט זיך אכטונג פון זעהן אויך זאל נישט נכשל ווערן על ידו.

בתקוה להבנה אחת ולתמיד


סאדאם חוסעין האט געשריבן:איך זעה אז איר האט נאכנישט געלערנט קיין דרך פקודיך ווייל דארט איז קלאר מבואר אז דאס אלעס איז נאר געזאגט געווארן ביי א פנויה מה שאין כן ביי א ערוה ווי א אשת איש אדער א אינו משלנו איז ראיה אויך אסור, נאר עס איז דא נאך ווייניגער ווי ראיה אז מען האט פונקט באמערקט
די תורה האט נישט געזאגט אז מען טאר נישט באמערקן א גויע נאר נישט קוקן כל שכן נישט באטראכטען


אקעי, איך בין נישט דא דער באגי מען און מוסר זאגער, איך בין א פשוט'ער אידל וואס וויל נאר אז אייוועלט זאל בלייבן א שטאלץ פאר ערליכע אידן און 'אייוועלט וועט זיין וואונקל פון (פאר אידן מיט תורה און יראת שמים) ביז משיח וועט קומען'.

איך האב נישט געזעהן דעם דרך פיקודיך פון 'סאדאם חוסעין', מסתמה אין הלכה קען זיך דן זיין, ס'איז נישט אזוי פשוט אז מ'מעג לכתחילה זיך אויסשטעלן צו ראי', פרעג דיין דיין.

און איך קלער יעצט אזוי ביי מיר אז פון די גמ' איכא דרכא אחרינא איז לכאורה משמע אז ס'איז אסור. (און איך שעם זיך צו זאגן אויף א קליפ וואס איז בלויז פאר פארוויילונג אז 'ליכא דרכא אחרינא'. קאררעקט מי איף איי עם ראנג).

אבער למעשה איז דאס א מדריגה אראפ, אין איד און בלאט וועט מען פאר קיין געלט נישט אריינלייגן אפילו א בלאסע פיקטשער וואס האט נאר אין וואונקל עפעס נשים, כאטש אין אנדערע פלעצער באנוצט מען זיך שטארק מיט די היתר אז ס'איז נישט לשם הסתכלות.

אין ביהמ"ד שמועסנדיג וועגן אייוועלט און אז איך שרייב דארט צומאל, האט איינער דארט מיך פארגעהאלטן אז "אייוועלט איז נישט עכט מקפיד אויף בילדער פון נשים". דאס האט מיר זייער געבאדערט, ווייל קע"ה, אייוועלט איז למעשה די ערליכסטע וואונקל אויפן כדור האינטרנט. און ווי דו האסט געזאגט איז עס נישט אז 'מלייגט ארויף בילדער פון נשים', נאר בלויז א רגע אינמיטן א קליפ. למעשה איך האב זיך געשעמט און איך האלט אז ס'איז טאקע א שאד מיר זאלן נישט זיין אויפן ניווא כאטש ווי דער איד און בלאט.

אויב רוב מענטשן ווילן דאס דווקא, פאק איך איין. אבער אויב פאר רוב מענטשן איז דאס אויך נישט ניחא, איז דאך ממש א שאד. די אידן וואס לייגן ארויף די קליפס טוען דאך עס נאר להנות את הציבור.

וואס זאגט איר וועגן מאכן וואלן צו רוב עולם וויל מ'זאל אויפהערן מיט די נשים און 'הסתכלות נשים' דיקלעימער?
(חודש אלול גייט אפשר שפילן אויף מיין זייט, אבער דאס איז שוין מיין רווח...)


די פאול זאל זיין עפעס אזוי:
--בעסער בכלל נישט ארויפלייגן קליפס וואס קען האבן אין זיך 'זהירות נשים'.
--יא ארויפלייגן, און שרייבן 'זהירות נשים' ווייל דאס האלט מיך צוריק פון קוקן.
--יא ארויפלייגן, און נישט שרייבן 'זהירות נשים'. איך קוק סייווי. (און איך וועל ענדערש נישט באמערקן אויב דו שרייבסט נישט, אי נימא משום מוטב שיהיו שוגגים..).


מה פתאום??? האט געשריבן:
אויסערן מיניסטער האט געשריבן:ר' אידל, איר האט א שטארקע פוינט! אפשר בין איך פאני, אבער איך פארשטיי נישט וואס די אויבנדערמאנטע צייטונגען האבן אהער, און ווען זיי לייגן יא בילדער, מעג מען דען יא לייגן בילדער?....

ער איז מסביר אז אפילו על הצד אז עס איז מותר מעיקר הדין מ"מ איז עס א מדריגה אראפ און אט די נידעריגע מדריגה פאסט נישט פאר די צייטונגען והא ראי' אז זיי ברענגען נישט און אויב אזוי וואלט איי ועלט אויך געדארפט אכטונג גיבן. און אנן מה נענה אבתריה ער האט א שטארקע פוינט.
written using the Meshimer web filter

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9822
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 3:57 pm

נישט פארגעסן אז מען רעדט נישט פון קליפס פון פרויען, נאר אנדערע קליפס וואס מען זען אביסל פרויען.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 4:00 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:נישט פארגעסן אז מען רעדט נישט פון קליפס פון פרויען, נאר אנדערע קליפס וואס מען זען אביסל פרויען.

;l;p-
My Life Has Become More And More Colorful

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 4:15 pm

וואסי אפי' די שאלה דא? איז דאס נישט בגדר אי דאיכא דרכא אחרינא? בכלל נישט זעהן, מ'דארף דאך די קליפס נישט זעהן באמת, נאר פאר פארוויילונג, זאל מען עבור זיין אויף א איסור??????
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 4:17 pm

איך מיין אבער אז כדי צו זיין %100 קאושער זאל מען טאקע אויפהערן מיט קליפס וואו מען קען זעהן פרויען. מיר מער האלטן אויס ביז אהער, נאך דאס ביסל לאמיר זיך אנשטרענגען

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 4:45 pm

אפטימיסט האט געשריבן:איך מיין אבער אז כדי צו זיין %100 קאושער זאל מען טאקע אויפהערן מיט קליפס וואו מען קען זעהן פרויען. מיר מער האלטן אויס ביז אהער, נאך דאס ביסל לאמיר זיך אנשטרענגען

סתם להבהרה בעלמא, %100 קאושער איז בכלל נישט צו קוקן קיין קליפס

גענעראל
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2013 6:37 pm
לאקאציע: אויפן פראנט

תגובהדורך גענעראל » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 5:16 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:וואסי אפי' די שאלה דא? איז דאס נישט בגדר אי דאיכא דרכא אחרינא? בכלל נישט זעהן, מ'דארף דאך די קליפס נישט זעהן באמת, נאר פאר פארוויילונג, זאל מען עבור זיין אויף א איסור??????

100% גערעכט!!!

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 5:21 pm

איש חמודות האט געשריבן:
אפטימיסט האט געשריבן:איך מיין אבער אז כדי צו זיין %100 קאושער זאל מען טאקע אויפהערן מיט קליפס וואו מען קען זעהן פרויען. מיר מער האלטן אויס ביז אהער, נאך דאס ביסל לאמיר זיך אנשטרענגען

סתם להבהרה בעלמא, %100 קאושער איז בכלל נישט צו קוקן קיין קליפס

זאגט ווער?

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 5:22 pm

אפטימיסט האט געשריבן:
איש חמודות האט געשריבן:
אפטימיסט האט געשריבן:איך מיין אבער אז כדי צו זיין %100 קאושער זאל מען טאקע אויפהערן מיט קליפס וואו מען קען זעהן פרויען. מיר מער האלטן אויס ביז אהער, נאך דאס ביסל לאמיר זיך אנשטרענגען

סתם להבהרה בעלמא, %100 קאושער איז בכלל נישט צו קוקן קיין קליפס

זאגט ווער?

די גדולי הרבנים.

ביטע אויב איינער קען ברענגען די פאפיר איסור נגד ווידיאו..
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9484
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 5:26 pm

כ'פארשטיי נישט ווי קומט אן אנקעטע אויף אזאך וואס איז קיינמאל נישט ערלויבט געווארן. לייגן אויף אייוועלט בילדער אדער קליפ'ס וואס מען זעט נשים איז קיינמאל נישט געווען מותר.


צוריק צו “ברוכים הבאים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט