אנקעטע- זאל ווערן קאנטראלירט דאס עפענען א אשכול?

אויפנאמס צימער

אחראי: אחראי

זאל מען איינפירן אז מ'מיז זיין א שר החמישים צו קענען עפענען א נייע אשכול?

די וואלן האבן זיך פארמאכט מוצ"ש יולי 18, 2015 5:46 pm

יא, עס וואלט געווען א געוואלדיגע פלאן און עס וועט פארשענערן אייוועלט!
26
28%
יא, איך האלט אז מען דארף עס לימיטען אבער שר החמישים איז צו סך, ביי 25 תגובות זאל מען שוין קענען.
5
5%
ניין, עס וועט אוועקנעמען די אפעטיט פון די נייע ניקס וואס קומען צו צום וועלטעל.
10
11%
ניין עס איז זייער גוט די וועג וויאזוי עס ארבעט יעצט.
46
50%
קיין איינס פון די דערמאנטע אפציעס
5
5%
 
סך הכול שטימען: 92

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 12:03 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:און אגב איז דער טענה:
מר. גרין האט געשריבן:וואס זאל ארויסהעלפן די באניצער פון אייוועלט, און ווען איינער וועט שפעטער וועלן עפעס צולייגן צום נושא זאל מען עס קענען גרינג טרעפן אינעם אייוועלט סערטש

איז נאריש ביז גאר! זינט עס איז פשוט אז ווען איינער זוכט עפעס וועגן וויזשניצע זאל אין מאנסי (משל נאר) וועט ער נישט זוכן "מאנסי אינפארמאציע", און אוודאי און אוודאי נישט איבערליינען א לאנגע אשכול אפשר צו טרעפן עפעס דערוועגן. נאר ער וועט זוכן וויזשניצע זאל אין מאנסי.


גיי צוריק צום אנהייב אשכול און ליין ואס איך שרייב ביי נומער 2
"
2. די צווייטע פראבלעם איז אויפן לאנג טערם. אייוועלט איז נישט נאר א סייט מיט נייעס וואס מ'ליינט א טאג צוויי, "אייוועלט" איז אן ארכיון מיט טויזענע וויכטיגע אינפארמאציע, דאקימענטן, בילדער וכו' און עס איז דא פולע מענטשן וואס זעיצן און קוקען דורך צענדליגע אלטע אשכולות ביי די ארכיוון און עס שטערט זייער שטארק אריינצוהאקען אין די אשכולות וואס פארקויפט גארנישט."


ואסביר דברי בפרטיות:
איך מיין איר וועט מסכים זיין אז די סירטש ענדישן פון אייוועלט איז היפש צוריקגעשטאנען און במציאות נעמט עס אסאך צייט צו זיכן ספעציפישע אשכולות וואס מען זיכט. {יעצט העלן אלע מומחים טענען אז ס'איז נישט שווער- אבער איך האלט ווייטער אז פאר א פשוטער אייוועלט באניצער איז עס יא שווער, סיי צוליס די פולע ספעלינגס און סיי צוליב דעם וואס מען עס איז דא וואס שרייבן די קעפל אין אלע סארט שפראכען}
אקיצור, אסאך מאל זיך איך א לענגערע צייט ביז איך טרעף די אשכול וואס רעדט פון די טעמה וואס איך זיך און וויבאלד די סירטש ענדישן ברענגט נישט אייביג די רעזולטאטען מיז מען פשוט אריבערגיין צו די אפטיילונג פון וואו מען רעדט איך נישטערן צענדליגע אשכולות ביז איך טרעף עס MANUALLY
ביי די נייעס פארום'ס זעה איך עס נישט אלס א גרויסע פראבלעם ווייל עס מאכט זיך נישט אפט אז מען דארף אפירזיכן אן אלטע שטיקעל נייעס אבער ווען איך זיך עפעס ביי די "איש את רעהו" אפטיילונג איז עס זייער שווער. און אפי' ווען איך פרעג אן ביי די "איז דא אן אשכול אויף...: אשכול קען אויך נעמען צייט ביז איינער טרעפט עס
וממיילא האביך שטארק רעקאמעדירט אז די עולם זאל זיך משתדל זיין צו עפענען כלליות'ידגע אשכולות און נישט יעדער איינער וואס זיכט רויטע טאמאטעס אויפן וועג צו די קאנטרי זאל עפענען אן אשכול איבער דעם.. ענדערש קען מען עפענען אן אשכול " איך זיך" און יעדער זאל שרייבן וואס ער זיכט...

איך האב הנאה אז יעדער איינער לאזט דא הערן זיינע מיינונגען און למעשה איז דא וואס האלטען פונקט די פארקערטע פון מיך, נאכאלס האביך געפילט פאר וויכטיג ארויסצוברעגען מיין אפיניען.


נ.ב. אויפן טענה אז איינער וואס זיכט עפעס א זאל אין מונסי העט נישט גיין אין לייגן זיין תגובה אין "מונסי אינפא. אשכול, וויל איך מעיר זיין אז גיי קוק אינען קרית יואל'ער אשכול העסטו זעהן אז עס איז דא אסאך שאלות פון יחידם און זיי האבן גלייך באקומען עטנפערס אויף זייערע פראגעס.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 1:14 pm

איך ווייס אז זיי קענען באקומען ענפערס דארט אויכעט, אבער קודם כל איז עס נישט אזוי שנעל ווי ווען עס איז עקסטער, ועוד זאת - וואס פון דעם האמיר גערעדט - אז ווען א צווייטער זוכט שפעטער אזא זאך וועט ער עס אסאך גרינגער טרעפן ווען עס איז עקסטער.

און דאונט טעלל מיט אז ווען דו זוכסט עפעס גייסטו דורכקוקן דער גאנצער ולאחיו יאמר חזק פון די לעצטע זיבן יאר! דער איינציגסטער וועג וואס מען קען טרעפן הילף אויף א נושא איז דורך סערטש ווי נישט גוט עס זאל נישט זיין.

עניוועי ווי למעלה האט געזאגט, וואס איז דער חילוק פאר דיר צו עס איז אסאך אשכולות צו ליינען אדער אסאך פעידזשעס אין איין אשכול?
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

תורה לערנער
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

תגובהדורך תורה לערנער » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 12:19 am

viewtopic.php?p=1093127#p1093127

קנאפער ידען האט געשריבן:
מר. גרין האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=26&t=12206&hilit=%D7%A4%D7%A8%D7%99%D7%A0%D7%98%D7%A2%D7%A8

viewtopic.php?f=52&t=10635&hilit=%D7%A4%D7%A8%D7%99%D7%A0%D7%98%D7%A2%D7%A8

און אויב וואוינסטו אין ק"י דאן האסטו נאך איינס-
viewtopic.php?f=25&t=15844&hilit=%D7%A4%D7%A8%D7%99%D7%A0%D7%98%D7%A2%D7%A8


#אלערט!

רבי לעבן. איר האט אפשר פארלוירן אייער באריכט קנעפל וואס איז געאייגענט פאר אזאנע פעלער?

הרב גרין
ערשטנס דער פותח האשכול האלט שוין ביי איבער הונדערט תגובות.
2 אזויווי קנאפער זאגט ס'איז דא א באריכט קנעפל טאמער עס שטערט אייך.
3 די פאקט ווייזט אז ווען איינער עפנט א נייע אשכול באקומט ער אסאך שנעלער הילף..

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מוצ"ש ינואר 02, 2016 7:28 pm

כ'האב לעצטענס פרובירט צו עפענען א נייע אשכול אין די נייעס אפטיילונג.


די ערשטע ריספאנס איז געווען "די נייעס איז נישט אינטערסאנט פאר מיר" דערנאך האט נאכגעפאלגט אפאר "יא אינטערסאנט" און "נישט אינטערסאנט" תגובות.

איך פארשטיי נישט פארוואס א ליינער מיינט אז יעדע אשכול מיז זיין אינטערסאנט פאר אים, אויב איז דיר עס נישט אינטערסאנט מיזטו עס נישט ליינען. און אוודאי מיזטו נישט ארויס שרייבן דיינע קרעמפן ברבים.

נישט לאנג דערויף איז די נייע אשכול (קוים אפאר שעה אלט געווען... כליפ כליפ) געווארן צוזאמען געשמאלצן מיט אן אנדערע general נייעס אשכול.

מן הסתם האט איינער גע'דווח'ט אז מען זאל עס צוזאמען שטעלן, און די אחראים האבן אזוי געטוהן.

קאסט דען טאקע פאר די הנהלה עקסטער פאר יעדע אשכול וואס ס'איז דא?

כ'האב ספעציעל געעפנט אן עקסטערע אשכול ווייל כ'האב געוואלט קלאר אויסשמועסן געוויסע נייעס אין דיטעיל, (און אויך אז די וואס ס'אינטערסירט זיי נישט די נייעס זאלן עס נישט מיזן ליינען...) און בדווקא נישט געוואלט ס'זאל גיין אין די general נייעס אשכול.

האב איך געשיקט אן אישי פאר איינע פון די אחראים פרעגן אויב מ'קען עס צוריק אפטיילן, ואין קול ואין עונה. איז מיר בייגעפאלן צו דווח'ן די תגובה מיט א נאוט פרעגן אויב מ'קען עס צוריק אפטיילן, באקום איך אן אימעיל "הדווח שלך נסגר" און דארט האט זיך עס געענדיגט.

יעצט בין איך אין א דילעמא, זאל איך נאכאמאל עפענען אזא אשכול און האפן אז ס'וועט בלייבן לעבן, אדער נישט, ווייל ס'קען נאך אויפרעגן די אחראי וואס האט עס צוזאמגעשטעלט אז איך מאך אים ארבייטן דאפעלט?

פארצייטענס פלעג איך עפענען אשכולות אין 'פארברענגען' ווייל דארט איז דער עולם נישט אזוי סענסעטיוו און די אשכולות האבן געהאט א גרעסערע זכות קיום.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מוצ"ש ינואר 02, 2016 7:30 pm

כ'וואלט באמת געדארפט לייגן די פאריגע תגובה אין אן עקסטערע אשכול אבער נאכן זעהן ווי שווער ס'איז פאר די הנהלה יעדע אשכול, האב איך באשלאסן עס צו שטעלן אין אן אלטע אשכול....
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11806
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מוצ"ש ינואר 02, 2016 7:42 pm

וועלכע אשכול?

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » מוצ"ש ינואר 02, 2016 8:32 pm

לכאורה מיינט ער נייעס און קרישקעלעך פון זשערסי סיטי.

האסט א פוינט הרב זאכליך.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מוצ"ש ינואר 02, 2016 9:25 pm

געלעגער האט געשריבן:וועלכע אשכול?

געלעגער, א גוטע וואך.
כ'האב נישט געגלייבט אז די וועסט די ערשטע ענטפערן דא, מיין אישי ווארט נאך...

@dim איך טריי נישט צו מאכן א פוינט, כ'האב נאר געוואלט ארויסברענגן מיין דילעמא.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג ינואר 03, 2016 1:26 am

נו, איינער האט אן עצה פאר מיין דילעמא?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11806
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג ינואר 03, 2016 1:37 am

שיקסט מיר אן אישי מיט צוויי עקסידענט נייעסער און דו פרעגסט מיך צו איך קען עס צוריק אפטיילן. אן שרייבן קיין טראפ דיטעיל פום וואס די רעדע איז. איך ווייס נאך אלס נישט

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג ינואר 03, 2016 2:19 am

גערעכט כ'וואלט טאקע געדארפט שרייבן עפעס דיטעילס.

איך האב געמיינט אפשר האב איך א טעקניקל אישא, און ס'איז קיינמאל נישט אנגעקומען, עטליסט ווייס איך אז די האסט עס באקומען... :wink:

למעשה, מאי הוא עלה?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.


צוריק צו “ברוכים הבאים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט