אנקעטע- זאל ווערן קאנטראלירט דאס עפענען א אשכול?

אויפנאמס צימער

אחראי: אחראי

זאל מען איינפירן אז מ'מיז זיין א שר החמישים צו קענען עפענען א נייע אשכול?

די וואלן האבן זיך פארמאכט מוצ"ש יולי 18, 2015 5:46 pm

יא, עס וואלט געווען א געוואלדיגע פלאן און עס וועט פארשענערן אייוועלט!
26
28%
יא, איך האלט אז מען דארף עס לימיטען אבער שר החמישים איז צו סך, ביי 25 תגובות זאל מען שוין קענען.
5
5%
ניין, עס וועט אוועקנעמען די אפעטיט פון די נייע ניקס וואס קומען צו צום וועלטעל.
10
11%
ניין עס איז זייער גוט די וועג וויאזוי עס ארבעט יעצט.
46
50%
קיין איינס פון די דערמאנטע אפציעס
5
5%
 
סך הכול שטימען: 92

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9484
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:46 pm

צו האט איר געוויסט אז מען קען זיכן אזוי דזשימעיל|גימעיל|דזשימעל|Gmail און ער טרעפט אלע פון די?

אוועטאר
פינטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:44 am
לאקאציע: סארי, כ'וועל זיין צוריק ביז אפאר מינוט...

תגובהדורך פינטל » דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:48 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:צו האט איר געוויסט אז מען קען זיכן אזוי דזשימעיל|גימעיל|דזשימעל|Gmail און ער טרעפט אלע פון די?

עס דארף פשוט בייפאלן צו טראכטן אלע ערליי וועגן וויאזוי דער עולם פאלט ביי צו ספעלן
אייביג צום פינטל...

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3168
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג יולי 09, 2015 7:00 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:און סצם ספעלינג מיסטעיקס פאררכעט מען אויך כסדר

פארעכט פון סצם צו "סתם".

טענקס
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
פינטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:44 am
לאקאציע: סארי, כ'וועל זיין צוריק ביז אפאר מינוט...

תגובהדורך פינטל » דאנארשטאג יולי 09, 2015 7:03 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:
VCF האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן: by יציב פתגם » Thu Jul 09, 2015 12:59 pm

ביי מיר איז קלאר אז אויב עס וואלט דא געווען א מער פארגעשריטענע זוכעניש, מיט מערערע אפשענס וויאזוי צו זוכן (אזוי ווי אוצר החכמה), וואלט מען גרינגער געפינען אינפארמאציע איבער א ביליגער וואקאציע אדער ווי מ'קען גיין אין לאנדאן, וכדומה, און דאס וואלט זיכער איינגעשפארט אסאך אומוויכטיגע אשכולות


עס איז א שווערע זאך צי סערטשען אויף אידיש, יערער קריקט זיך אויס אנדערש (איינער שרייבן אין אנג'ליש און דערנאך ניצט ער גגגללל צי איבערטייטשן אויף אלטע אידיש). דעריבער וואס איך שלאג דא פאר איז אז יערער פאסט אדער אשכול זאל מען קענען גיבן א טעג וכדו׳ פון אן אנג'לישע אויסדרוק איבער די עניין וואס מען טוט שרייבן, עס וועט אסאך פארגריגערען די זוכנישט מיט די אנג'לישע ווערטער

ביישפיל: vocation וואקאציע
זוכעניש / סערטשען search

די ספעלינג איז טאקע א פראבלעם ווען ס'קומט צו ענגלישע ווערטער וואס מ'שרייבט אין אידיש, פראביר צו מאכן א זוכענישן אויף די ווארט 'דזשימעיל', וויפיל מענטשן ס'איז דא אויף אייוועלט אזויפיל וועגן איז עס געספעלט אריינגערעכענט גימעיל, דזשימעיל, זשימעיל, gmail, און נאך, למעשה פראביר איך צו "פארעכעטן" די סארט ווערטער דורכן צולייגן צום קעפל די ענגלישע ווארט (ביי עמעזאן אשכול מיינעך איז שטייט טאקע סיי אידיש און סיי ענגליש) און "סצם" ספעלינג מיסטעיקס "פאררכעט" מען אויך כסדר (די וועקאציע אשכול איז שוין פארראכטן צו וואקאציע)
אייביג צום פינטל...

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג יולי 09, 2015 7:12 pm

ס'איז אקעי, קיינער וועט זוכן מיין תגובה דורכן סוירטשן פאר די ווארט 'סתם'....

להברה בעלמא, איך שרייב פון א קאמפיוטער קיבאורד וואס האט נישט קיין אידישע אותיות ארויפגעקלעבט דערויף און שרייבענדיג שנעל געשעהט די טעותים.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג יולי 09, 2015 7:12 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:צו האט איר געוויסט אז מען קען זיכן אזוי דזשימעיל|גימעיל|דזשימעל|Gmail און ער טרעפט אלע פון די?

גוטער טיפ, טענקס.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג יולי 09, 2015 7:17 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:להברה בעלמא, איך שרייב פון א קאמפיוטער קיבאורד וואס האט נישט קיין אידישע אותיות ארויפגעקלעבט דערויף און שרייבענדיג שנעל געשעהט די טעותים.

ליטווישע הברה אדער חסידישע?

מאנ-יימער האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:צו האט איר געוויסט אז מען קען זיכן אזוי דזשימעיל|גימעיל|דזשימעל|Gmail און ער טרעפט אלע פון די?

גוטער טיפ, טענקס.

עס שטייט מפורש ארויסגעשריבן אויף די סערטש פעיזש

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג יולי 09, 2015 7:23 pm

נו שוין, די קליינע ווערטער איז דאך נישט געמאכט צו ליינען.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 720
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » פרייטאג יולי 10, 2015 8:20 am

פארגעשריטענע זוכעניש האט געשריבן:הצב + לפני מילה שחייבת להמצא ולהכלל בתוצאות החיפוש שלך, או - לפני מילה שלא חייבת. תוכל גם לרשום רשימת מילים מופרדות ב | וכל התאמה מאחת המילים תוצג לך בתוצאות החיפוש. השתמש ב * (כוכבית) כתו משלים.


עצה טובה קומארשמעלאו !
א קלארע איבערטייטש אויף היינטיג אידיש (מיט א דוגמא פון יעדע פונקציע)

וועט זיכער ברענגען אז מער וועלן זיך באנוצען מיט די זוכעניש
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג יולי 10, 2015 6:16 pm

די גרינגסטע וועג צו סוירטשין, איז דורך גוגל סוירטש.
לייג אריין site:ivelt.com און דערנאך די ווארט וואס די זיכסט, רוב מאל קומט ארויף די ערשטע ריזאלט די אשכול וואס די זיכסט.

און אזוי טוה איך רוב מאל.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9818
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מוצ"ש יולי 11, 2015 10:37 pm

זאכליך האט געשריבן:די גרינגסטע וועג צו סוירטשין, איז דורך גוגל סוירטש.
לייג אריין site:ivelt.com און דערנאך די ווארט וואס די זיכסט, רוב מאל קומט ארויף די ערשטע ריזאלט די אשכול וואס די זיכסט.

און אזוי טוה איך רוב מאל.

גם אני מצטרף, סיי ביי אייוועלט און סייוואו נוצט מען אייביג דאס.
--------
אז מען רעדט שוין פון גוגל'ס סערטש פאראמעטערס, האב איך געטראפן א ריזיגע ליסטע פון אפעציעלע און אומאפעציעלע פיינע זאכן וואס מען קען נוצן ביים סערטש:
http://www.googleguide.com/advanced_ope ... rence.html
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג יולי 12, 2015 3:22 pm


אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 11:52 am

ווען וועלן זיך שרייבער אויסלערנען אז ווען מ'עפענט אן אשכול דארף מען מער משקיע זיין מיטן מאכן א קעפל וואס זאל ארויסהעלפן די באניצער פון אייוועלט, און ווען איינער וועט שפעטער וועלן עפעס צולייגן צום נושא זאל מען עס קענען גרינג טרעפן אינעם אייוועלט סערטש
דא האט איר עטליכע ביישפילן:

ווען קען מען באזוכן אין אינטרעפיד מאזעאום

viewtopic.php?f=25&t=27543#p1090034

אויב די פותח האשכול האט געפילט פאר וויכטיג צו עפענען אזא אשכול און ער האט עס נישט געוואלט פרעגן אין די "וועקאציע" אדער "אויספלוגען" אשכול , דאן רעכן זיך כאטש מיטן פלאץ און גיב עס א נאמען "איטרעפיד מיוזיום" ווייל טאמער נישט וועט יענקל האניגקוועטשער מארגען עפענען א אשכול " איז אינטרעפיד מיוזים אפען אויך זינטאג?" און גלייבטס מיר ער וועט זיין גערעכט פארן עפענען א אשכול מיטן טענה אז "סנאך נישטא אן אשכול וואס רעדט דערפון....
-------------------------------------------------
וואו איז דער וויזשניץ זאל מאנסי
viewtopic.php?f=25&t=27556

דא בין איך שוין טאטאל צופלאצט ווייל מארגען גייט ער עפענען אן אשכול " וואו געפינט זיך די נטילת ידיים סינק ביים וויזשניצער זאל אין מונסי?"
און אז די עפענסט שוין יא אן אשכול איז האב אינזין נאך אידן און רוף די אשכול " מונסי אינפארמאציע" וכדומה
---------------------
קאר רייזע צום וואסער פארק ביי גרעיט עדווענטשורס
viewtopic.php?f=25&t=27532

דא קען מען שוין דאבעטירן צו ער איז גערעכט פארן עפענען אן אשכול ווייל וואו געהערט די שאלה (נו, אפשר טאקע און ערגעץ נישט...) כמיין אבער אז אלע וואלטן אים אויך גענטפערט ווען ער לייגט אריין די שאלה אין קרית יואל'ער נייעס אשכול..
----------------------------------------------------
ווי קען מען באקומען חוברת הציידים
viewtopic.php?f=25&t=27415

מען קען עס באקומען ביי די נארמאלע אשכול וואס רעדט איבער גיוס בני ישיבות....
-----------
אצינד האט איר א דוגמה פון א פרישע ניק וואס האט געזיכט אינפארמאציע איבער א געוויסע נושא און ער האט "יא" געפענט א גוטע קעפל און אדאנק דעם האבן שוין פולע אנדערע אויכעט הנאה געהאט און צוגעלייגט זייערע שאלות
viewtopic.php?f=25&t=27042

זייטס מיר אלע געזינט און לאזט הערן אייערע מיינונגען איבער די נושא!

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9818
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 12:04 pm

איך זע נישט דיין פראבלעם. סארי.

מען באקומט זיכער א שנעלערע ריספאנס ווען דער קעפל איז ספעציפיש (איך וואלט נישט אריין ביז שפעטער אין א "מונסי אינפארמאציע" אשכול, אבער אין א "וואו איז דער וויזשניץ זאל מאנסי" בינעך גלייך אריין און געענפערט.) און ווען מען איז שוין געהאלפן קען מען עס אייביג באריכטן צאמצושטעלן מיט דער ריכטיגער אשכול.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 12:11 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:איך זע נישט דיין פראבלעם. סארי.

מען באקומט זיכער א שנעלערע ריספאנס ווען דער קעפל איז ספעציפיש (איך וואלט נישט אריין ביז שפעטער אין א "מונסי אינפארמאציע" אשכול, אבער אין א "וואו איז דער וויזשניץ זאל מאנסי" בינעך גלייך אריין און געענפערט.) און ווען מען איז שוין געהאלפן קען מען עס אייביג באריכטן צאמצושטעלן מיט דער ריכטיגער אשכול.


די מציאות איז אבער אז די מנהלים ארבעטן נישט אווער-טיים און די מלאכה פון שמעלצן ווערט נישט געטוהן.

סו, די האלסט אז יעדער זאל עפענען אשכולות מיט זייער פריוואטע באדערפענישן? ד.מ. פרישע 300 אשכולות א טאג. ביזט גרייט דערפאר?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9818
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 12:22 pm

יא, אויב דאס וועט מאכן זיי זאלן שנעלער געהאלפן ווערן.

האסט אמאל געהאט אן אשכול וואס דו האסט באריכטעט צו שמעלצן און עס איז נישט געשמאלצו געווארן? איך מיין אז רוב מאל ווערט עס געטון.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 9:44 pm

איך פארשטיי נישט וואס ס'שטערט אז מ'מאכט אויף איבעריגע אשכולות. ס'קאסט דען געלט יעדע אשכול.

פון מיין זייט זאל זיך עפענען טויזענט אשכולות א וואך.
Who cares.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9818
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 10:05 pm

און אגב איז דער טענה:
מר. גרין האט געשריבן:וואס זאל ארויסהעלפן די באניצער פון אייוועלט, און ווען איינער וועט שפעטער וועלן עפעס צולייגן צום נושא זאל מען עס קענען גרינג טרעפן אינעם אייוועלט סערטש

איז נאריש ביז גאר! זינט עס איז פשוט אז ווען איינער זוכט עפעס וועגן וויזשניצע זאל אין מאנסי (משל נאר) וועט ער נישט זוכן "מאנסי אינפארמאציע", און אוודאי און אוודאי נישט איבערליינען א לאנגע אשכול אפשר צו טרעפן עפעס דערוועגן. נאר ער וועט זוכן וויזשניצע זאל אין מאנסי.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9484
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 10:10 pm

מר. גרין האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:איך זע נישט דיין פראבלעם. סארי.

מען באקומט זיכער א שנעלערע ריספאנס ווען דער קעפל איז ספעציפיש (איך וואלט נישט אריין ביז שפעטער אין א "מונסי אינפארמאציע" אשכול, אבער אין א "וואו איז דער וויזשניץ זאל מאנסי" בינעך גלייך אריין און געענפערט.) און ווען מען איז שוין געהאלפן קען מען עס אייביג באריכטן צאמצושטעלן מיט דער ריכטיגער אשכול.


די מציאות איז אבער אז די מנהלים ארבעטן נישט אווער-טיים און די מלאכה פון שמעלצן ווערט נישט געטוהן.

סו, די האלסט אז יעדער זאל עפענען אשכולות מיט זייער פריוואטע באדערפענישן? ד.מ. פרישע 300 אשכולות א טאג. ביזט גרייט דערפאר?

אויב די באדערפענישן זענען יוניק, אן קיין ספק עס זאל זיין עקסטערע אשכולות, איך זע נישט די פראבלעם פון פרישע 300 אשכולות וואס רעדן פון אנדערע זאכן. נאך מער אין הילף האלט איך דארף עס זיין צעטיילט ווי מער, פארשטייט זיך נישט צוויי אשכולות אויף די זעלבע זאך.

בכלל קענסטו מיר מסביר זיין דיין פראבלעם פון פולע אשכולות? וואס איז דיר די חילוק ווי די ליינסט עס, אין איין אשכול צו אין פינף? פשוט צייט צו גיין פון איין אשכול צום אנדערען? הייסט מצדך זאל גאנץ אייוועלט זיין איין לאנגע מגילה?

גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

תגובהדורך גיי שוין גיי » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 10:19 pm

רוב מאל ווען איינער עפענט א אשכול איז ווייל ער ווייסט נישט אדער ער טרעפט נישט ווי אריין צו שטעלען זיין תגובה,
אפשר וואלט געווען כדי צו עפענען אזא כל בו אשכול וואס זאל אייביג בלייבן על הגובה. און דארט זאל מען שרייבן וואס מען וויל אפילו עס געלעבט נישט מיטן פריערדיגע תגובה, (כאילו ערגעץ ענדערשט קלעבט יא איינס צום צווייטן !?! ) און די חשובע ניקס וואס ווייסן ווי דאס באלאנגט וועלן קענען צו צייכען אדער לינקען אהין ,
אזוי קלער איך בדרך אפשר.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9484
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 10:22 pm

און ווען ס'וועט האלטן ביי 146 בלעטער ווער גייט געדענקן אז אין בלאט 59 איז געשטאנען דאס און דאס?

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 10:27 pm

עס איז דא די "זאכן וואס איך וויל וויסן" אשכול.

און אויב באמערקט איר האט מר. גרין געברענגט אשכולות נאר פון איין מחבר, און עס איז מיר גאר קאמיש, זינט דער מחבר האשכולות האט שוין קלארגעשטעלט זיין שטעלונג "אין דיזע אשכול".

מר. גרין, איך שלאג פאר אז איר זאלט עפענען איין כלליות'דיגע אשכול פאר אלע ארגאניזאטשקעס וואס איר טוט עדווערטייזן דא.

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 10:46 pm

איך קוק ארויף הרב צוקערמאן פארן פרעגן גראד און אפן וואס איז אים נוגע.

אז א איד זוכט נאכמיטאג א חתונה זאל אין מאנסי, מיינט דאס געווענליך אז ער האט נישט קיין צייט יעצט צו מאכן א ״פארגעשריטענע זוך״.
דער אפטיילונג הייסט פאר א סיבה ולאחיו יאמר חזק.
הלואי זאל מען אייביג דארפן צוקומען נאר צו אזאנע גרינגע טובות.

מיך שטערט מער ׳גאססיפ׳; סיי נייע אשכולות און סיי אומשולדיגע תגובות.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 10:33 am

גראדע מר. גרין, איך וואלט פארגעשלאגן א פשוט'ע עצה, איך בין גרייט צו העלפן די מנהלים מיט שמעלצן אשכולות, און זיי זאלן מיר געבן עד-ספעיס אלס באצאלט, כדי צו פראומאוטירן מיינע קאמפיוטער פראגראמינג פעאיגקייטן, שיק א מעסעדזש צו די באהערדע פליז.
און, מהיום והלאה, ווען עמיצער וויל מאכן אן אשכול וואס באלאנגט צו א סוב-אשכול זאל ער אינעם קעפל אריינרינגלען דעם הויפט אשכול נאמען ווי עס באלאנגט און דאס וועט פארשנעלערן די מלאכת השמלצנה
קאפי טו בעיס.
אבער ווען מען ענדיגט די ארבעט מיט איין אטעם 10:15 ביינאכט, און מען מוז לויפן אויפפיקן די אידענע פון ווילכאחיץ זאל אין מאנסי, וואס באדערט דיך אז אידן העלפן זיך ארויס איינער דעם צווייטן, דער אייוועלט פלאטפארמע האט שוין געברענגט אסאך חסד, אויסער די הויפט גוטע זאך, נעמליך זיך קענען צושטרייען און שמועסענען אן לשון הרע ורכילות ועוד ועוד.
(אגב. מיט דעם אלעם איז מען אנגעקומען 25 מינוט שפעטער צום ארט, ווארום געמוזט נעמען דעם פאלעסיידס אנשטאט טראוועי, נישט געהאט דעם דאלאר פאר טאל, אויסגעליידיגטע טאשן. ווייב געווארענט מוז אויפקלינען קאר ווייל אנדערע פרויען קומען אהיים אלס פאסאזשירן, געמוזט שנעל כאפן א גארבעדזש בעג, און מיט איין האנט דרייוון, און די אנדערע האנט קראצן די גארבעדזש פון פלאר און דעפאזיטן אינעם גארבעדזש בעג).

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 11:15 am

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:גראדע מר. גרין, איך וואלט פארגעשלאגן א פשוט'ע עצה, איך בין גרייט צו העלפן די מנהלים מיט שמעלצן אשכולות, און זיי זאלן מיר געבן עד-ספעיס אלס באצאלט, כדי צו פראומאוטירן מיינע קאמפיוטער פראגראמינג פעאיגקייטן, שיק א מעסעדזש צו די באהערדע פליז.
און, מהיום והלאה, ווען עמיצער וויל מאכן אן אשכול וואס באלאנגט צו א סוב-אשכול זאל ער אינעם קעפל אריינרינגלען דעם הויפט אשכול נאמען ווי עס באלאנגט און דאס וועט פארשנעלערן די מלאכת השמלצנה
קאפי טו בעיס.
אבער ווען מען ענדיגט די ארבעט מיט איין אטעם 10:15 ביינאכט, און מען מוז לויפן אויפפיקן די אידענע פון ווילכאחיץ זאל אין מאנסי, וואס באדערט דיך אז אידן העלפן זיך ארויס איינער דעם צווייטן, דער אייוועלט פלאטפארמע האט שוין געברענגט אסאך חסד, אויסער די הויפט גוטע זאך, נעמליך זיך קענען צושטרייען און שמועסענען אן לשון הרע ורכילות ועוד ועוד.
(אגב. מיט דעם אלעם איז מען אנגעקומען 25 מינוט שפעטער צום ארט, ווארום געמוזט נעמען דעם פאלעסיידס אנשטאט טראוועי, נישט געהאט דעם דאלאר פאר טאל, אויסגעליידיגטע טאשן. ווייב געווארענט מוז אויפקלינען קאר ווייל אנדערע פרויען קומען אהיים אלס פאסאזשירן, געמוזט שנעל כאפן א גארבעדזש בעג, און מיט איין האנט דרייוון, און די אנדערע האנט קראצן די גארבעדזש פון פלאר און דעפאזיטן אינעם גארבעדזש בעג).

און נישט באקומען קיין טיקעט ?
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך


צוריק צו “ברוכים הבאים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט