אנקעטע- זאל ווערן קאנטראלירט דאס עפענען א אשכול?

אויפנאמס צימער

אחראי: אחראי

זאל מען איינפירן אז מ'מיז זיין א שר החמישים צו קענען עפענען א נייע אשכול?

די וואלן האבן זיך פארמאכט מוצ"ש יולי 18, 2015 5:46 pm

יא, עס וואלט געווען א געוואלדיגע פלאן און עס וועט פארשענערן אייוועלט!
26
28%
יא, איך האלט אז מען דארף עס לימיטען אבער שר החמישים איז צו סך, ביי 25 תגובות זאל מען שוין קענען.
5
5%
ניין, עס וועט אוועקנעמען די אפעטיט פון די נייע ניקס וואס קומען צו צום וועלטעל.
10
11%
ניין עס איז זייער גוט די וועג וויאזוי עס ארבעט יעצט.
46
50%
קיין איינס פון די דערמאנטע אפציעס
5
5%
 
סך הכול שטימען: 92

אוועטאר
סעלצער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 18, 2015 1:28 am
לאקאציע: דא זייער באקוועם

תגובהדורך סעלצער » מיטוואך יולי 08, 2015 9:13 pm

איך האב געוואוט ניין, ווייל וואס וועל איך טוהן אויב וויל איך רעדן איבער א נושא וואס איך וויל נישט לייגן אויף מיין יעצטיגע ניק וועל איך נישט קענען, ווייל איך וועל דארפן ווארטן ביז 50 תגובות. וואוט ניין

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » מיטוואך יולי 08, 2015 9:15 pm

איך בעט מען זאל עס לאזן אויפ'ן וועג וויאזוי עס איז. עס איז קלאר אז דער ריבוי האשכולים האט צוויי מעלות, עס האלט דעם סייט פריש, און אויך באקומט מען הילף שנעל און גיך, איך גלויב אז ווען עמיצער זוכט אינפארמאציע וועט ער דאס סאך שנעלער באקומען ווען ער מאכט א נייעם אשכול וואס דער קעפל זאגט גלייך וואס ער וויל ווי איידער אן אפדעיט צו אן אלטן אשכול.
אמת, עס איז דא א פוינט, אז די פילע אשכולים מאכן א שטיקל כאדאראם, דער עצה דארף זיין, אז יעדער אשכול זאל באצייכענט ווערן מיט א טעג צו וואסערן הויפט אשכול עס באלאנגט און נאכדעם וואס עס ווערט "אלט" זאל מען עס אריינפלעכטן אדער גונז זיין אין דעם אלטן אשכול. צב"ש אלעס וואס איז שייך פאר קרעטשמע 411, איז נאכדעם וואס דער 411 הילפס רוף איז געענפערט געווארן זאל מען עס אריינשמעלצן אינעם הויפט אשכול ושלום על ישראל.

אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

תגובהדורך אשמרה לפי מחסום » מיטוואך יולי 08, 2015 9:18 pm

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:איך בעט מען זאל עס לאזן אויפ'ן וועג וויאזוי עס איז. עס איז קלאר אז דער ריבוי האשכולים האט צוויי מעלות, עס האלט דעם סייט פריש, און אויך באקומט מען הילף שנעל און גיך, איך גלויב אז ווען עמיצער זוכט אינפארמאציע וועט ער דאס סאך שנעלער באקומען ווען ער מאכט א נייעם אשכול וואס דער קעפל זאגט גלייך וואס ער וויל ווי איידער אן אפדעיט צו אן אלטן אשכול.
אמת, עס איז דא א פוינט, אז די פילע אשכולים מאכן א שטיקל כאדאראם, דער עצה דארף זיין, אז יעדער אשכול זאל באצייכענט ווערן מיט א טעג צו וואסערן הויפט אשכול עס באלאנגט און נאכדעם וואס עס ווערט "אלט" זאל מען עס אריינפלעכטן אדער גונז זיין אין דעם אלטן אשכול. צב"ש אלעס וואס איז שייך פאר קרעטשמע 411, איז נאכדעם וואס דער 411 הילפס רוף איז געענפערט געווארן זאל מען עס אריינשמעלצן אינעם הויפט אשכול ושלום על ישראל.

איך האלט ווי דיך אבער דיין עצה פעלט נישט אויס ווייל רוב אשכולות וואס האבען זיכער נישט קיין פשט ווערט גלייך צאמגעשמאלצען און אסאך ווערען נאך א שטיק צייט סאו איך זעה נישט אז די פראבלעם זאל זיין אזוי גרויס אז לכבוד דעם זאל מען שווער מאכען פאר נייע ניקס

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » מיטוואך יולי 08, 2015 9:22 pm

צייטליך האט געשריבן:
תמימות האט געשריבן:נעבן יעדע תגובה איז דא א קנעפל ווי מ'קען אריין שרייבן פאר די גבאים זיי זאלען עס לייגן אין פלאץ.

גענוי אזוי. זעסט א אשכול איז נישט פלאץ "באריכט" עס און שרייב אריין ווי די מיינסט אז דאס באלאנגט און עמיצער אין די הנהלה וועט דאס מסדר זיין.


איך מיין אז עפ"ר ווערט די "באריכט" קנעפל באניצט בלויז פאר אומאויסגעהאלטענע תגובות און רוב ניקים ווילן נישט מטריח זיין די געטרייע מנהלים צו שמעלצן אגאנצען טאג אשכולים.
שלום עליכם @יחיש לעמצך @וואס א חילוק @שטייט, מיט די אלע נייע ניקים לכבוד די אשכול..

דעיס וואס קנאפער האט דערמאנט איז טאקע א גערעכטע פוינט אבער די מציאות איז אז די איצטיגע סיסטעם איז שוין לאנג עביוזד און ס'איז צייט פאר א נייע תקנה.(אמת טאקע, מענטשן זענען זייער שווער צו נעמען נייע געדאנקען אבער פארפאלען- אזוי גייט די לעבן..)

ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען בעצם געדארפט אריינשרייבען העכער יעדער תגובה אינעם קעפל די נושא פונעם תגובה און אזוי וואלט עס אסאך געהאלפען, אבער במציאות איז סך גרינגער צו עפענען א אשכול" וועקאציע פאר טויזענט דאלאר" וואו איידער גיין זיכן צו עס איז שוין דא 200 וועקאציע אשכולות...

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » מיטוואך יולי 08, 2015 9:24 pm

אשמרה לפי מחסום האט געשריבן:
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:איך בעט מען זאל עס לאזן אויפ'ן וועג וויאזוי עס איז. עס איז קלאר אז דער ריבוי האשכולים האט צוויי מעלות, עס האלט דעם סייט פריש, און אויך באקומט מען הילף שנעל און גיך, איך גלויב אז ווען עמיצער זוכט אינפארמאציע וועט ער דאס סאך שנעלער באקומען ווען ער מאכט א נייעם אשכול וואס דער קעפל זאגט גלייך וואס ער וויל ווי איידער אן אפדעיט צו אן אלטן אשכול.
אמת, עס איז דא א פוינט, אז די פילע אשכולים מאכן א שטיקל כאדאראם, דער עצה דארף זיין, אז יעדער אשכול זאל באצייכענט ווערן מיט א טעג צו וואסערן הויפט אשכול עס באלאנגט און נאכדעם וואס עס ווערט "אלט" זאל מען עס אריינפלעכטן אדער גונז זיין אין דעם אלטן אשכול. צב"ש אלעס וואס איז שייך פאר קרעטשמע 411, איז נאכדעם וואס דער 411 הילפס רוף איז געענפערט געווארן זאל מען עס אריינשמעלצן אינעם הויפט אשכול ושלום על ישראל.

איך האלט ווי דיך אבער דיין עצה פעלט נישט אויס ווייל רוב אשכולות וואס האבען זיכער נישט קיין פשט ווערט גלייך צאמגעשמאלצען און אסאך ווערען נאך א שטיק צייט סאו איך זעה נישט אז די פראבלעם זאל זיין אזוי גרויס אז לכבוד דעם זאל מען שווער מאכען פאר נייע ניקס



א געוואלדיע ראיון הרב צוקערמאן און ווען עס זאל ווען אזוי ארבעטן וואלט איך נישט געפענט די אשכול בכלל..
די מציאות איז אז די מנהלים האלטען נישט ביים טוהן די ארבעט וואס די האסט מציה געווען וממיילא האב איך ארויפגעברענגט א צווייטע פארשלאג.

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3094
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך יולי 08, 2015 9:39 pm

מר. גרין האט געשריבן:די מציאות איז אז די מנהלים האלטען נישט ביים טוהן די ארבעט וואס די האסט מציע געווען


פון וואו נעמסטו דאס?
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

תגובהדורך לחיים טובים ולשלום » מיטוואך יולי 08, 2015 10:33 pm

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:איך בעט מען זאל עס לאזן אויפ'ן וועג וויאזוי עס איז. עס איז קלאר אז דער ריבוי האשכולים האט צוויי מעלות, עס האלט דעם סייט פריש, און אויך באקומט מען הילף שנעל און גיך, איך גלויב אז ווען עמיצער זוכט אינפארמאציע וועט ער דאס סאך שנעלער באקומען ווען ער מאכט א נייעם אשכול וואס דער קעפל זאגט גלייך וואס ער וויל ווי איידער אן אפדעיט צו אן אלטן אשכול.
אמת, עס איז דא א פוינט, אז די פילע אשכולים מאכן א שטיקל כאדאראם, דער עצה דארף זיין, אז יעדער אשכול זאל באצייכענט ווערן מיט א טעג צו וואסערן הויפט אשכול עס באלאנגט און נאכדעם וואס עס ווערט "אלט" זאל מען עס אריינפלעכטן אדער גונז זיין אין דעם אלטן אשכול. צב"ש אלעס וואס איז שייך פאר קרעטשמע 411, איז נאכדעם וואס דער 411 הילפס רוף איז געענפערט געווארן זאל מען עס אריינשמעלצן אינעם הויפט אשכול ושלום על ישראל.


יפה דברת.
אזוי וועט יעדער זיין צופרידן די נייע (ווי מיר אין מיינס גלייכן) אין די אור אלטע תושבים.

אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

תגובהדורך לחיים טובים ולשלום » מיטוואך יולי 08, 2015 10:34 pm

מר. גרין האט געשריבן:
אשמרה לפי מחסום האט געשריבן:
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:איך בעט מען זאל עס לאזן אויפ'ן וועג וויאזוי עס איז. עס איז קלאר אז דער ריבוי האשכולים האט צוויי מעלות, עס האלט דעם סייט פריש, און אויך באקומט מען הילף שנעל און גיך, איך גלויב אז ווען עמיצער זוכט אינפארמאציע וועט ער דאס סאך שנעלער באקומען ווען ער מאכט א נייעם אשכול וואס דער קעפל זאגט גלייך וואס ער וויל ווי איידער אן אפדעיט צו אן אלטן אשכול.
אמת, עס איז דא א פוינט, אז די פילע אשכולים מאכן א שטיקל כאדאראם, דער עצה דארף זיין, אז יעדער אשכול זאל באצייכענט ווערן מיט א טעג צו וואסערן הויפט אשכול עס באלאנגט און נאכדעם וואס עס ווערט "אלט" זאל מען עס אריינפלעכטן אדער גונז זיין אין דעם אלטן אשכול. צב"ש אלעס וואס איז שייך פאר קרעטשמע 411, איז נאכדעם וואס דער 411 הילפס רוף איז געענפערט געווארן זאל מען עס אריינשמעלצן אינעם הויפט אשכול ושלום על ישראל.

איך האלט ווי דיך אבער דיין עצה פעלט נישט אויס ווייל רוב אשכולות וואס האבען זיכער נישט קיין פשט ווערט גלייך צאמגעשמאלצען און אסאך ווערען נאך א שטיק צייט סאו איך זעה נישט אז די פראבלעם זאל זיין אזוי גרויס אז לכבוד דעם זאל מען שווער מאכען פאר נייע ניקס



א געוואלדיע ראיון הרב צוקערמאן און ווען עס זאל ווען אזוי ארבעטן וואלט איך נישט געפענט די אשכול בכלל..
די מציאות איז אז די מנהלים האלטען נישט ביים טוהן די ארבעט וואס די האסט מציה געווען וממיילא האב איך ארויפגעברענגט א צווייטע פארשלאג.


אין אז זיי האלטן נישט דערביי זאל מען נישט קענען העלפן קיין אנדערע אידן וואס ברויכן הילף?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך יולי 08, 2015 11:17 pm

עולם הפוך ראיתי,
אויף אלע פאפולערע פארומס למשל סטעק-עקסטשענזש איז דייקא איינגעפירט אז יעדער עפענט א פרישע טאפיק פאר זיין שאלה, און אויב פרעגט ער זיין שאלה אין א ענליכע אלטע טאפיק וועט אים דער מאדערעטער באצייכענען אלס אףף-טאפיק...

העכסטענס אויב איז עס ממש די זעלבע שאלה וואס איז שוין גענטפערט געווארן וועט אים דער שר העשרת אלפים לינקן אהין.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך יולי 08, 2015 11:36 pm

שמאטע האט געשריבן:דאס הייסט געשוויגן?!... :wink:

דו פרעגסט נאך? כ'ווער שוין טויב פון די שווייגעניש

VCF
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 3:41 pm

תגובהדורך VCF » דאנארשטאג יולי 09, 2015 8:25 am

איך זעה אז אפילו דו שר חמישים ולמעלה שטימען אויף מיין זייט, ברוך השם מי כעמך ישראל

איך האב געפענט די נוק ווייל איך האב א נושא וואס איך וויל עס זאל ווערן אויסגעשמיסט (עפעס א נושא...... עס וועט נאכפאלגן און די קומינדיגע טעג,). איז דאך א נייע אשכול די פאסיגער סיבה פארוואס איך האב געפענט די נוק

פארשטייט זיך אז די פראבלעם (נייע נוק פראבלעם) קומט דאך פון נישט ליינען די תקנות הקרעטשמע וכדו׳ מען קאן זיין אן אלטע נער אויך

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » דאנארשטאג יולי 09, 2015 11:06 am

שוועמל האט געשריבן:עולם הפוך ראיתי,
אויף אלע פאפולערע פארומס למשל סטעק-עקסטשענזש איז דייקא איינגעפירט אז יעדער עפענט א פרישע טאפיק פאר זיין שאלה, און אויב פרעגט ער זיין שאלה אין א ענליכע אלטע טאפיק וועט אים דער מאדערעטער באצייכענען אלס אףף-טאפיק...

העכסטענס אויב איז עס ממש די זעלבע שאלה וואס איז שוין גענטפערט געווארן וועט אים דער שר העשרת אלפים לינקן אהין.


ביזט גערעכט אז ביי די ביזנעס אשכול'ס איז בעסער ווען מ'פאקריכט נישט משא"כ ביי די אנדערע אשכולות פון איש את רעהו יעזורו אפטטילונג מאכט עס יא נערוועז.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג יולי 09, 2015 11:07 am

מר. גרין האט געשריבן:די מציאות איז אז די מנהלים האלטען נישט ביים טוהן די ארבעט וואס די האסט מציה געווען.

מהיכי תיתי זאת? ס'איז טאקע נישטא קיין סיסטעם פון טעגס אבער זייענדיג געווענליך א שטארק מסודר'דיגע מענטש מיט די סארט זאכן (כ'הער זאגן...) שטערט מיר אויך די אלע עקסטערע אשכולות און געווענליך שטעל איך צוזאם די סארט אשכולות, אבער צומאל לאז איך עס פאר א וויילע צוליב די סיבה וואס אנדערע האבן דערמאנט אז אויב זוכט יענער עפעס א ספעציפישע זאך קען ער שנעלער באקומען אן ענטפער אויב איז זיין אשכול ספעציפיש און א שפעטערע צייט אויב געדענק איך נאך דערפון וועל איך עס צוזאמשטעלן.

אגב, מיט דיינע לינקס אינעם ערשטן תגובה האסטו מיר יעצט געמאכט א פראבלעם ווייל סתם אזוי וואלט איך יעצט צוזאמגעשטעלט טייל פון יענע געלינקטע אשכולות, אבער נאכדעם וועלן דיינע לינקס נישט שטימען און מען וועט נישט פארשטיין וואס דו ווילסט דארט... :wink:


מר. גרין האט געשריבן:איך מיין אז עפ"ר ווערט די "באריכט" קנעפל באניצט בלויז פאר אומאויסגעהאלטענע תגובות און רוב ניקים ווילן נישט מטריח זיין די געטרייע מנהלים צו שמעלצן אגאנצען טאג אשכולים.

גראדע איז דא היבש א צאל ניקים וואס טוען כסדר דווח'ן נייע אשכולות מיט א לינק צו אן אלטן אשכול וואו עס אריינצושמעלצן.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג יולי 09, 2015 11:27 am

איך בין עדות אז מאן יימער שמעלצט זייער אסאך אין די אלטע אשכולות, כמעט יעדע דווח (צומאל צען אדער פופצן אויף אמאל) מסדר צו זיין די ביזנעס אשכולות ווערט געענטפערט דורך אונזער פירסט רעספאנדער
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3168
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג יולי 09, 2015 11:47 am

יימר איז א "שמעלצער"?
(א ברידער מיט ליפע'ן און זושען?)
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

מר. גרין מה לך נרדם!

תגובהדורך אפטימיסט » דאנארשטאג יולי 09, 2015 12:02 pm

גיי ארויס אין די גאסן הייב אהן קאמפיינען, די 'ניין' וועגן איבער! גיי ארויס זיי מסביר פארן עולם דאס נחיצות הענין! לאמיך זעהן באווייז א סוקסעספולן קאמפיין!

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » דאנארשטאג יולי 09, 2015 12:29 pm

אפטימיסט האט געשריבן:גיי ארויס אין די גאסן הייב אהן קאמפיינען, די 'ניין' וועגן איבער! גיי ארויס זיי מסביר פארן עולם דאס נחיצות הענין! לאמיך זעהן באווייז א סוקסעספולן קאמפיין!


די מנהלים האבן מיך איבערגעגעבן אין אישי אז ס'איז זייער שווער צו מאכן אן אנקעטע צוליב דעם וואס עס איז דא אסאך מענטשן וואס קוקען נאר אויפן סייט אן שרייבן תגובות אבער צוזענדיג אז מ'וויל פון זיי צונעמען די כח פון קענען עפענען אשכולות זענען זיי געקומען צולויפן אויף 4, געפענט א נייע ניק און געגעבן אזא דריק אויפן "ניין" קנעפל אז די קיבארד האט זיך שיעור נישט געבראכן.
ערענסט גערעדט, זיי זאגן אז סאיז געווען א אינקריס פון 30 פראצענט מער נייע ניקס וואו א געווענליכע טאג!

דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

תגובהדורך דורש ומבקש » דאנארשטאג יולי 09, 2015 1:06 pm

נא זאל מען מאכן אז די נייע ניקס קענען נישט שטימען
איך בין נישט קיין נוגע בדבר ווייל איך בין אויך נייע דא און איך וועל אויך פארלירן מיינע רעכטן אזוי אבער ההכרח לא יגונה

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג יולי 09, 2015 1:59 pm

ביי מיר איז קלאר אז אויב עס וואלט דא געווען א מער פארגעשריטענע זוכעניש, מיט מערערע אפשענס וויאזוי צו זוכן (אזוי ווי אוצר החכמה), וואלט מען גרינגער געפינען אינפארמאציע איבער א ביליגער וואקאציע אדער ווי מ'קען גיין אין לאנדאן, וכדומה, און דאס וואלט זיכער איינגעשפארט אסאך אומוויכטיגע אשכולות

VCF
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 3:41 pm

תגובהדורך VCF » דאנארשטאג יולי 09, 2015 2:26 pm

יציב פתגם האט געשריבן: by יציב פתגם » Thu Jul 09, 2015 12:59 pm

ביי מיר איז קלאר אז אויב עס וואלט דא געווען א מער פארגעשריטענע זוכעניש, מיט מערערע אפשענס וויאזוי צו זוכן (אזוי ווי אוצר החכמה), וואלט מען גרינגער געפינען אינפארמאציע איבער א ביליגער וואקאציע אדער ווי מ'קען גיין אין לאנדאן, וכדומה, און דאס וואלט זיכער איינגעשפארט אסאך אומוויכטיגע אשכולות


עס איז א שווערע זאך צי סערטשען אויף אידיש, יערער קריקט זיך אויס אנדערש (איינער שרייבן אין אנג'ליש און דערנאך ניצט ער גגגללל צי איבערטייטשן אויף אלטע אידיש). דעריבער וואס איך שלאג דא פאר איז אז יערער פאסט אדער אשכול זאל מען קענען גיבן א טעג וכדו׳ פון אן אנג'לישע אויסדרוק איבער די עניין וואס מען טוט שרייבן, עס וועט אסאך פארגריגערען די זוכנישט מיט די אנג'לישע ווערטער

ביישפיל: vocation וואקאציע
זוכעניש / סערטשען search
לעצט פאראכטן דורך VCF אום דאנארשטאג יולי 09, 2015 2:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג יולי 09, 2015 2:45 pm

טייל ניקס וועלן אבער מאכן א טעג "vikashen" :wink:

למשל, איר זאלט ווען שרייבן עפעס איבער וויקעישן און לייגן א טעג "vocation", יעצט קום איך און זוך "vacation"... נו מה הועילו חכמים בתקנתם?...
ווידעראמאל א אידישע טעג סיסטעם וועט ווייטער נישט טויגן, ווייל מיר - למשל - וואלט קיינמאל נישט בייגעפאלן צו שרייבן "וועקאציע" אנשטאט "וואקאציע"...
העמיר עס לאזן אזוי, און ווען איינער וועט זוכן עפעס - מיט כל מיני ספעללינגס - און נישט טרעפן, וועט ער עפענען א נייע אשכול, על אפו וחמתו פון מר. גרין... ס'גארנישט, אויך זיינע אשכולות זענען נישט אלץ נושא חן ביי יעדעם :lol:


יציב פתגם האט געשריבן:ביי מיר איז קלאר אז אויב עס וואלט דא געווען א מער פארגעשריטענע זוכעניש, מיט מערערע אפשענס וויאזוי צו זוכן (אזוי ווי אוצר החכמה), וואלט מען גרינגער געפינען אינפארמאציע איבער א ביליגער וואקאציע אדער ווי מ'קען גיין אין לאנדאן, וכדומה, און דאס וואלט זיכער איינגעשפארט אסאך אומוויכטיגע אשכולות

איר רעדט פון אוצר החכמה פארום? נישטא קיין שום חילוק צווישן זייער זוכעניש און אונזער.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג יולי 09, 2015 4:39 pm

ביי אוצר החכמה קען מען גראדע זוכן דורך אלע מיני ספעללינגס, ווי פאלגענד: "וו[ע][א]קאציע"

נ.ב. איך רעד נישט פון אוצר החכמה "פארום", נאר פון די אוצר החכמה פראגראם
לעצט פאראכטן דורך יציב פתגם אום דאנארשטאג יולי 09, 2015 4:45 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג יולי 09, 2015 4:40 pm

איר רעדט פון די פראגראם אדער די פארום?

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג יולי 09, 2015 4:43 pm

פראגראם

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג יולי 09, 2015 4:47 pm

VCF האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן: by יציב פתגם » Thu Jul 09, 2015 12:59 pm

ביי מיר איז קלאר אז אויב עס וואלט דא געווען א מער פארגעשריטענע זוכעניש, מיט מערערע אפשענס וויאזוי צו זוכן (אזוי ווי אוצר החכמה), וואלט מען גרינגער געפינען אינפארמאציע איבער א ביליגער וואקאציע אדער ווי מ'קען גיין אין לאנדאן, וכדומה, און דאס וואלט זיכער איינגעשפארט אסאך אומוויכטיגע אשכולות


עס איז א שווערע זאך צי סערטשען אויף אידיש, יערער קריקט זיך אויס אנדערש (איינער שרייבן אין אנג'ליש און דערנאך ניצט ער גגגללל צי איבערטייטשן אויף אלטע אידיש). דעריבער וואס איך שלאג דא פאר איז אז יערער פאסט אדער אשכול זאל מען קענען גיבן א טעג וכדו׳ פון אן אנג'לישע אויסדרוק איבער די עניין וואס מען טוט שרייבן, עס וועט אסאך פארגריגערען די זוכנישט מיט די אנג'לישע ווערטער

ביישפיל: vocation וואקאציע
זוכעניש / סערטשען search

די ספעלינג איז טאקע א פראבלעם ווען ס'קומט צו ענגלישע ווערטער וואס מ'שרייבט אין אידיש, פראביר צו מאכן א זוכענישן אויף די ווארט 'דזשימעיל', וויפיל מענטשן ס'איז דא אויף אייוועלט אזויפיל וועגן איז עס געספעלט אריינגערעכענט גימעיל, דזשימעיל, זשימעיל, gmail, און נאך, למעשה פראביר איך צו פארעכעטן די סארט ווערטער דורכן צולייגן צום קעפל די ענגלישע ווארט (ביי עמעזאן אשכול מיינעך איז שטייט טאקע סיי אידיש און סיי ענגליש) און סתם ספעלינג מיסטעיקס פאררכעט מען אויך כסדר (די וועקאציע אשכול איז שוין פארראכטן צו וואקאציע)
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?


צוריק צו “ברוכים הבאים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט