אנקעטע- זאל ווערן קאנטראלירט דאס עפענען א אשכול?

אויפנאמס צימער

אחראי: אחראי

זאל מען איינפירן אז מ'מיז זיין א שר החמישים צו קענען עפענען א נייע אשכול?

די וואלן האבן זיך פארמאכט מוצ"ש יולי 18, 2015 5:46 pm

יא, עס וואלט געווען א געוואלדיגע פלאן און עס וועט פארשענערן אייוועלט!
26
28%
יא, איך האלט אז מען דארף עס לימיטען אבער שר החמישים איז צו סך, ביי 25 תגובות זאל מען שוין קענען.
5
5%
ניין, עס וועט אוועקנעמען די אפעטיט פון די נייע ניקס וואס קומען צו צום וועלטעל.
10
11%
ניין עס איז זייער גוט די וועג וויאזוי עס ארבעט יעצט.
46
50%
קיין איינס פון די דערמאנטע אפציעס
5
5%
 
סך הכול שטימען: 92

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

אנקעטע- זאל ווערן קאנטראלירט דאס עפענען א אשכול?

תגובהדורך מר. גרין » מיטוואך יולי 08, 2015 5:46 pm

אזוי וואו עס איז אן ערענסטע טעמה וועל איך דא פארלייגען די צדדי השאלה מיט די מעלות וחסרונות פון די הצעה.
כרגע ארבעט עס אז יעדער איינער וואס האט נאר הענט און עפענט א ניק קען עפענען א אשכול און דערפאר טרעפט מען זיך גאנץ אפט מיט אשכולות וואס גייט וואו פאלגענד:
רבותי! מיין קומפיוטער ארבעט נישט! העלפט ארויס!!
וואו קען מען טרעפען ביליגע שיך??
וועקאציע פאר שבת געלע מצות
וכהנה וכהנה זענען פארהאנען הונדערטע אשכולות וואס זענען געפענט געווארן דורך ניקין שלא שנה ולא פירשו און זיי קענען נישט די סיסטעם פון אייוועלט, דעריבער בין איך מציע אז מ'זאל מאכן א נייע תקנה אז מ'מיז זיין כאטשיק א שר החמישים איידער מ'עפענט א נייע אשכול.
לאמיר דא ברענגען נאך עטליכע פראבלעמען פון די איצטיגע סיסטעם:
1. וואו שוין דערמאנט פריער, קען יעדער עפענען נארישע אשכולות פון וועלכע מ'האט שוין געשריבן אין עס מאכט זייער נערוועז בלשון המיעוט פאר די עלטערע ניקס וואס ווילן זיך טרעפען און א שיינעם סייט וואס איז מסודר.
2. די צווייטע פראבלעם איז אויפן לאנג טערם. אייוועלט איז נישט נאר א סייט מיט נייעס וואס מ'ליינט א טאג צוויי, "אייוועלט" איז אן ארכיון מיט טויזענע וויכטיגע אינפארמאציע, דאקימענטן, בילדער וכו' און עס איז דא פולע מענטשן וואס זעיצן און קוקען דורך צענדליגע אלטע אשכולות ביי די ארכיוון און עס שטערט זייער שטארק אריינצוהאקען אין די אשכולות וואס פארקויפט גארנישט.

דא וויל איך צוברענגען עטליכע אשכולות פון וואס די מדובר איז:
viewtopic.php?f=25&t=27291
viewtopic.php?f=25&t=27170
viewtopic.php?f=25&t=26814 - עס איז דא א 411 אשכול
viewtopic.php?f=25&t=26530
viewtopic.php?f=25&t=26679 די מיינסט אז אייוועלט האט א ניק אין שיקאגו?
viewtopic.php?f=25&t=26614
viewtopic.php?f=25&t=26608 - עס איז שוין דא 2000 וועקאציע אשכולות

און אזוי איז דא נאך צענדלגיע אשכולות וואס זענען איבעריג. מענטשן (ניקס) זענען פשוט פויל צו ניצן די געלונגענע סוירטש ענדשין וואס אייוועלט האט אהערגעשטעלט און זיי האלטען ניטאמאל ביים קוקען צו מ'האט שוין גערעדט דערפון און א אנדערע אשכול.
לכן האלט איך אז די נייע פארשלאג (תקנה ) וועט מתקן זיין די פראבלעם ווייל רוב זאכליכע אשכולות ווערן געפענט דורך אינגע ניקס. נאך א נקודה, זייער אסאך מאל זעהט מען אפילו עלטערע ניקס עפענען אשכולות וואס וואלט ריהוגערהייט געקענט אריינגיין אין אנדערע אשכולות און דאס דארף טאקע אויך א תיקון אדרבה הלוואי זאל מען אנהייבן צו משבח זיין די ניקס וואס זיכן אייביג צו לייגן זייערע תגובות/שאלות ביי אלטע אשכולות און אזוי ארום פארשענערן זיי די "וועלט" אונזערע.

תמימות
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 25, 2015 7:53 pm

תגובהדורך תמימות » מיטוואך יולי 08, 2015 6:10 pm

ווער זאגט אז דאס וועט מתקן זיין די פראבלעם, נעבן יעדע תגובה איז דא א קנעפל ווי מ'קען אריין שרייבן פאר די גבאים זיי זאלען עס לייגן אין פלאץ.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מיטוואך יולי 08, 2015 6:15 pm

געוואוט פאר ניין, איך זע נישט די ציל דערפון.
רוב נייע ניקס זענען אזוינע וואס האבן זיך געדרייט אביסל דאהי פאר'ן זיך איינשרייבן; און די וואס נישט, וועלן זיך נישט אויסלערנען נאך פופציג תגובות.
והראי' די אשכולות וואס דו האסט צוגעברענגט אלס משל, קוק וויפיל פון די פותחים האבן אונטער פופציג תגובות.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

תמימות
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 25, 2015 7:53 pm

תגובהדורך תמימות » מיטוואך יולי 08, 2015 6:17 pm

וואס איז די פשט פון די שאלה: קיין איינס פון די דערמאנטע אפציעס. נאר וואס?

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » מיטוואך יולי 08, 2015 6:22 pm

דער פראבלעם איז א שטארקער, דער לייזונג איז גאר שוואך!

אבער א לייזונג איז זייער וויכטיג פאר אזא פראבלעם!!

אפשר איינער מיט א בעסערע לייזונג??
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

אוועטאר
יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2015 11:26 am
לאקאציע: צווישן דער פריזער און מאגנעט..

תגובהדורך יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ » מיטוואך יולי 08, 2015 6:28 pm

שלום עליכם מיינע טייערע פריינט!!!

איך האב מיר יעצט גענדיגט איינשרייבן דא אין אונזער וועלטל, קום איך אריין אינעם אקטיוון אשכולות אפטיילונג און איך גלייב נישט וואס מיינע אויגן זעהען!!

יעצט אריינגעקומען, און אזא התרחקות....

איך לויף מיר צוריק אין מיין לאך!!! איך האב געמיינט אז כ'על שוין ענליך טרעפן אן ארט ווי כ'קען מיר עפענען אביסל דאס פיסקל!!

:roll: :oops:
לעצט פאראכטן דורך יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ אום מיטוואך יולי 08, 2015 6:30 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
יחיש נעמט מיט גליק אן, דעם נייעם פאסטן
שרייבן פאעמעס, פאר ווער ס'לאזט זיך קאסטן
ס'הערט זיך פאני?! סאמטינג פישי?!
געט נאר יחיש'ן א קוועטש, אין אישי..

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מיטוואך יולי 08, 2015 6:30 pm

רעדנדיג וועגן נייע אשכולות.. דאכצעך אז אויף דעם נושא איז שוין אויך דא אן אשכול אויב נישט מער ווי איינס..

@וואס א חילוק, איך ווייס נישט אויב איר האט באמערקט.. אבער איר זענט איצט אנגעקומען צו 25 תגובות
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » מיטוואך יולי 08, 2015 6:34 pm

ווישוואש האט געשריבן:
@וואס א חילוק, איך ווייס נישט אויב איר האט באמערקט.. אבער איר זענט איצט אנגעקומען צו 25 תגובות


אמת, אבער דאך פארשטיי איך דעם פראבלעם! דער פותח האשכול האט עס אראפגעלייגט כאילו נאר אלטע ניקים ליידן דערפון!

עס אבער נישט אמת! יעדע ליידט! און א לעזונג דארף מען..
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9822
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך יולי 08, 2015 6:34 pm

געוועלט אז עס איז גוט אזוי ווי עס איז. א שאלה ספעציפיש אין קעפל ברענגט אסאך שנעלערע רעזולטאטן. און ווען עס איז געסאלווד קען מען עס באריכטן און די הנהלה וועט עס צאמשטעלן מיט דער דזשענעראל אשכול. (אדער לאזן אזוי און אזוי וועט זיין גרינגער פאר דער וואס ווייסט יא וויאזוי צו נוצן סערטש ווייל די קעפלעך קומען גרינגער ארויף און מען וועט קענען זוכן ספעציפיש).

איך מיין נישט אז עס שטערט פאר איינעם נארמאלע נייע אשכולות. סתם קינדערישע שטותים קען שטערן אבער דאס האט דאך א מקום דא אין דער פארברענגען פארום.

און מיר קענען שטארק מעגליך האבן א ניק אין טשיקאגוי....
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

כתב ולשון
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:01 pm

תגובהדורך כתב ולשון » מיטוואך יולי 08, 2015 6:38 pm

מר. גרין, סתם פאר אינטערסאנטקייט אייער רעקארד צייגט אז איר האט שוין געעפנט א אשכול (וואלן אין בית שמש) בלויז נאך 6 תגובות. און ווידעראמאל ביי בלויז 14 תגובות (קבוצה רבנים פארן צום ציון פונעם זיידן פון לפיד).

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך יולי 08, 2015 6:41 pm

תמימות האט געשריבן:נעבן יעדע תגובה איז דא א קנעפל ווי מ'קען אריין שרייבן פאר די גבאים זיי זאלען עס לייגן אין פלאץ.

גענוי אזוי. זעסט א אשכול איז נישט פלאץ "באריכט" עס און שרייב אריין ווי די מיינסט אז דאס באלאנגט און עמיצער אין די הנהלה וועט דאס מסדר זיין.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
משהמשה
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2015 5:41 pm

תגובהדורך משהמשה » מיטוואך יולי 08, 2015 6:46 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:געוועלט אז עס איז גוט אזוי ווי עס איז. א שאלה ספעציפיש אין קעפל ברענגט אסאך שנעלערע רעזולטאטן. און ווען עס איז געסאלווד קען מען עס באריכטן און די הנהלה וועט עס צאמשטעלן מיט דער דזשענעראל אשכול. (אדער לאזן אזוי און אזוי וועט זיין גרינגער פאר דער וואס ווייסט יא וויאזוי צו נוצן סערטש ווייל די קעפלעך קומען גרינגער ארויף און מען וועט קענען זוכן ספעציפיש).

איך מיין נישט אז עס שטערט פאר איינעם נארמאלע נייע אשכולות. סתם קינדערישע שטותים קען שטערן אבער דאס האט דאך א מקום דא אין דער פארברענגען פארום.

און מיר קענען שטארק מעגליך האבן א ניק אין טשיקאגוי....

קאכעדיגע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

תגובהדורך קאכעדיגע » מיטוואך יולי 08, 2015 6:49 pm

יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ האט געשריבן:שלום עליכם מיינע טייערע פריינט!!!

איך האב מיר יעצט גענדיגט איינשרייבן דא אין אונזער וועלטל, קום איך אריין אינעם אקטיוון אשכולות אפטיילונג און איך גלייב נישט וואס מיינע אויגן זעהען!!

יעצט אריינגעקומען, און אזא התרחקות....

איך לויף מיר צוריק אין מיין לאך!!! איך האב געמיינט אז כ'על שוין ענליך טרעפן אן ארט ווי כ'קען מיר עפענען אביסל דאס פיסקל!!

:roll: :oops:

יחיש'ל; מיזט נישט אינגאנצן אנטלויפען, קענסט פלעין צוריקלויפן צו דיין ארגינעלן ניק...

אוועטאר
שטייט
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 9:50 pm

תגובהדורך שטייט » מיטוואך יולי 08, 2015 6:55 pm

יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ האט געשריבן:שלום עליכם מיינע טייערע פריינט!!!

איך האב מיר יעצט גענדיגט איינשרייבן דא אין אונזער וועלטל, קום איך אריין אינעם אקטיוון אשכולות אפטיילונג און איך גלייב נישט וואס מיינע אויגן זעהען!!

יעצט אריינגעקומען, און אזא התרחקות....

איך לויף מיר צוריק אין מיין לאך!!! איך האב געמיינט אז כ'על שוין ענליך טרעפן אן ארט ווי כ'קען מיר עפענען אביסל דאס פיסקל!!

:roll: :oops:

עמו אנכי בצרה

goldman
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 22, 2013 11:51 am

תגובהדורך goldman » מיטוואך יולי 08, 2015 7:08 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:איך מיין נישט אז עס שטערט פאר איינעם נארמאלע נייע אשכולות. סתם קינדערישע שטותים קען שטערן אבער דאס האט דאך א מקום דא אין דער פארברענגען פארום.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך יולי 08, 2015 7:21 pm

האו עבאוט רעגולעיטן דאס עפענען אנקעטעס...
אקעי ....
#ידום
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
קברנה סובניון
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

תגובהדורך קברנה סובניון » מיטוואך יולי 08, 2015 7:25 pm

בחרתי 'ניין'
פיינע מנהלים דא ב"ה פלאצירן אלעס וואו מ'דארף.

און
קנאפער ידען האט געשריבן: מיר קענען שטארק מעגליך האבן א ניק אין טשיקאגוי....

תורה לערנער
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

תגובהדורך תורה לערנער » מיטוואך יולי 08, 2015 7:27 pm

שטארק זיך האט געשריבן:האו עבאוט רעגולעיטן דאס עפענען אנקעטעס...
אקעי ....
#ידום

גיימיר מאכן א אנקעטע אז נאר א שר האלף זאל קענען מאכן אנקעטעס

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » מיטוואך יולי 08, 2015 8:01 pm

שר החמישים אדער אפילו ווייניגער העט נישט העלפן, ווייל זייער אסאך ניקים זיצן לאנג בעפאר זיך אריינסיינען און קענען גוט דעם סיסטעם, און פון די אנדערע זייט נייע ניקים קומען אהן צו 50 אין איין וואך און דאך קענען זיי נישט דעם סיסטעם.

בעפאר איך גיי וואוטן, זייער א וויכטיגער נושא, איך וויל נישט דערמאנען קיין נעמען פון אשכולות אבער אסאך מאל איז אזוי נאריש ווען מ'זעהט איינער עפנט אן אשכול פאר א נארישקייט.

יעצט גיימיר קוקן יעדעמס תגובות, און וועהלן.

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

תגובהדורך פארוואס נישט » מיטוואך יולי 08, 2015 8:45 pm

איך שטיי (זיץ) און טראכט. וואס זאל איך וואוטען אבער איך ווייס נישט.

איך טראכט צו מיר אז עס קוקט שוין באלד אויס ווי אנדערע אשכולות ווי מ'טוט דורך די אמירעקאנע געזעצ'ן וואס פארשטייט זיך אז אונז האב מיר אפאר הויכע ראנגיגע באאמטע אויפ'ן וועלטל.......

עס דערמאנט מיר אז אמאל האט איינער געשיקט א פינף מינוטיגע ליידיגע וואויס נאוט און געשריבן "סיג לחכמה שתיקה"

מיין איך אז עס פעלט שוין נישט אויס קיין הסברים

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

תגובהדורך פארוואס נישט » מיטוואך יולי 08, 2015 8:48 pm

קברנה סובניון האט געשריבן:בחרתי 'ניין'
פיינע מנהלים דא ב"ה פלאצירן אלעס וואו מ'דארף.

און
קנאפער ידען האט געשריבן: מיר קענען שטארק מעגליך האבן א ניק אין טשיקאגוי....


אויב אזוי וואלט שוין די אשכול געווען פארמאכט :smile:

אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

תגובהדורך אשמרה לפי מחסום » מיטוואך יולי 08, 2015 8:52 pm

שטארק זיך האט געשריבן:האו עבאוט רעגולעיטן דאס עפענען אנקעטעס...
אקעי ....
#ידום

נישט קיין קונץ צו שווייגען נאכען זאגען

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3168
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך יולי 08, 2015 9:10 pm

אשמרה לפי מחסום האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:האו עבאוט רעגולעיטן דאס עפענען אנקעטעס...
אקעי ....
#ידום

נישט קיין קונץ צו שווייגען נאכען זאגען

לאמיך זעהן. טריי יעצט :wink:
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

תגובהדורך אשמרה לפי מחסום » מיטוואך יולי 08, 2015 9:11 pm

שמאטע האט געשריבן:
אשמרה לפי מחסום האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:האו עבאוט רעגולעיטן דאס עפענען אנקעטעס...
אקעי ....
#ידום

נישט קיין קונץ צו שווייגען נאכען זאגען

לאמיך זעהן. טריי יעצט :wink:

אשמרה לפי מחסום!

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3168
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך יולי 08, 2015 9:12 pm

דאס הייסט געשוויגן?!... :wink:
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.


צוריק צו “ברוכים הבאים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט