אמעריקען טשיז מיט בונדלעך, און די LTB SUMMIT

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

אמעריקען טשיז מיט בונדלעך, און די LTB SUMMIT

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

שוין יארן וואס איך - יא איך - פלאן צו עפענען א ביזנעס. און נישט סתם איך פלאן, נאר איך האב שוין "כמעט" געעפנט אן אייגענע ביזנעס.

אבער בעפאר מ'עפנט א ביזנעס דארף מען דאך קודם האבן אן איידיע פאר א ביזנעס.

אפשר מאכן א טעגליכע צעטל? נעה, פון דעם איז שוין דא גענוג. אפשר א קאר סערוויס? אויך דא גענוג. אה, א מעסענדזשער סערוויס! נעה... שוין דא מער ווי גענוג. אפשר ווען איך וואלט אנגעקומען צען יאר צוריק וואלט איך געווען דער פיאניר, אבער למעשה האבן מיך שוין 5 אנדערע מענטשן אויסגעכאפט... זיי האבן געטראכט פון מיין איידיע נאך בעפאר איך אליין האב געטראכט דערפון! ממש רוח הקודש!

איין טאג איז מיר בייגעפאלן א קנאקעדיגע איידיע: כ'גיי עפענען א רעסטוראנט מיט אומגעווענליכע עסנווארג! כ'האב שוין אפילו געהאט א נאמען דערפאר, כ'קען עס נישט שרייבן דא ווייל כ'האב מורא אז מ'וועט מיך אויסכאפן...

די איידיע איז געווען געבויעט אויפ'ן געדאנק אז מענטשן זענען צוגעוואוינט צו געוויסע סארט עסנווארג און קאמבינאציעס פון עסנווארג, און פון דעם רירט מען זיך נישט אוועק. צב"ש טונא גייט מיט א בייגל, טאוסט גייט מיט פוטער און טשיז, פיש גייט מיט כריין, און אזוי ווייטער.

עס זענען דא פארשידענע עסנווארג וואס מ'קען נישט עסן צוזאמען, פשוט ווייל איינס איז זיס און איינס איז זויער, צב"ש פיקל מיט אראנדזש דזשוס. ס'איז אבער דא פארשידענע מאכלים וואס מ'וואלט געקענט עסן צוזאמען, נאר ס'איז פשוט נישט בייגעפאלן פאר קיינעם דאס צוזאמצושטעלן.

כ'וועל נעמען א ביישפיל: טונא מיט טשאקאלאד טשיפס. ס'איז גוט? קען זיין אז יא, קען זיין אז נישט. וואס קרומסטו מיט די נאז? האסט עס שוין אמאל פרובירט? ניין! סאו פון וואו ביזטו אזוי זיכער אז ס'האט נישט קיין געשמאקן טעם?

ווילסט עפעס אנדערש? האו עבאוט אמעריקען טשיז מיט זכר בונדלעך? נישט סתם זייט-ביי-זייט, נאר מ'נעמט א סלייס אמעריקען טשיז, מ'מאכט דערפון אזא ציגאר, מ'לייגט אריין די בונדלעך דערינען, און מ'בייסט אריין!

וועעעעךךךך הער איך שרייען פון די ווייבער-שול... וואס איז? האסט עס שוין געקאסט? דו "ווייסט" אז ס'איז נישט גוט, אדער דו שטעלסט דיך נאר פאר?

האסט שוין אמאל געטרייט צוצולייגן ספייסעס צו קאטעדזש טשיז? האסט שוין אמאל פרובירט צו עסן א סענדוויטש פון א פרענקפורטער-באן און א פאקסי-פאפ אינדערמיט? האסט שוין אמאל געקאסט פלאנקען מיט פינאט-באדער? עפל-סאוס מיט פאפקארן? פיקל איינגעטינקען אין מאסטערד?

ניין!

איז וויאזוי קענסטו זאגן מיט אזא זיכערקייט אז ס'איז נישט גוט? געב עס א טשענס!

פאני מענטשן דאס...

עניוועי, מיין איידיע איז געווען צו עפענען אזא רעסטוראנט. קודם וועט זיין בערך 50 סארטן אייגענע קאמבינאציעס, אריינגערעכנט אלעס וואס כ'האב שוין דא אויסגערעכנט, און נאך פילע איידיעס וואס איך קען נישט שרייבן צוליב די אויבנדערמאנטע סיבה. אויסערדעם וועט מען קענען באשטעלן אייגענע קאמבינאציעס! למשל חיים זרח קומט אריין אז ער דארף געפילטע פיש מיט ספרינקעלס (אקעי דאס איז נישט קיין גוטע משל, ווייל געפילטע פיש איז גוט מיט "אלעס"... אבער מ'פארשטייט מיין פוינט), אדער אז איינער דארף א פרענטש באגעט מיט סלייסעס גרעיפ-פרוכט דערינען. נישט קיין פראבלעם! משוגעתו של אדם זה רצונו, וואס ער וויל קען ער ביי אונז באקומען.

ס'איז זייער א גוטע פלאן, אמת?

נאר איין קליינע פראבלעם איז דא: ווער גייט אריינקומען אין אזא רעסטוראנט?

אין הכי נמי, די ערשטע צוויי וואכן וועל איך האבן א שיינע צאל קאסטומערס וואס וועלן קומען זעהן די אינטערעסאנטע ספעקטאקל, און אפשר אויך באשטעלן א בלינץ געמאכט פון זויער פיקל, אבער ווי לאנג גייט דאס אנהאלטן? וויאזוי גיי איך מאכן פרנסה נאכדעם וואס "די שאו איז אווער"?

געבענטשט זאל זיין מיין חבר וואס האט מיך אויפמערקזאם געמאכט צו דעם איין קליינעם דעטאל...

*

על כל פנים איר כאפט וואספארא יונגערמאן איך "פלעג" זיין? איך קען נישט זאגן אז יעדע פונקטליכע דעטאל פון פריער איז הונדערט פראצענט אמת, עס איז מוגזמ'דיג, פשוט צו אילוסטרירן מיין מהלך המחשבה. איך האב ברוך השם געמאכט געלט דא און דארט, אבער מיט פייגעלעך אין קאפ, און דמיונות וואס זענען געגאנגען ווייטער ווי רעאליטעט, מיט א סיסטעמאטישע מהלך המחשבה אז "מ'דארף נאר אויפקומען מיט א גוטע איידיע און דאס איז עס, מען ווערט רייך איבערנאכט".

ביז...

ביז איינער האט מיך ברוך השם אריינגעלייגט אין א פאך וואס זאגט נישט צו קיין גאלד-גרובן, מען דארף ארבעטן שווער, אבער מיט שכל, סטראטעגיש, און אסאך געדולד. איך האב ברוך השם אנגעהויבן מיט'ן רעכטן פוס, און זיך אויפגעוואכט צום ביזנעס וועלט, צום עכטן רעאליטעט.

צוביסלעך האב איך אנגעהויבן צו שפירן ווי איך מוטשע זיך אויף "עכטע" זאכן: וויאזוי האלט מען אן קאסטומערס? וויאזוי רעדט מען צו זיי? וויאזוי פארהאנדלט מען? א.א.וו.

דאן... דאן האב איך אנגעטראפן א גוטע ידיד מיינע, אן אמת'ער ידיד וואס האט אמת'דיג געמיינט מיין טובה. ער האט זיך אביסל אריינגעלייגט אין מיינע שיך און דורכגעטון מיין ביזנעס, און מיר געגעבן גוטע סטראטעגישע עצות פון זיין אייגענע ערפארונג, וואס האט מיך ברוך השם ווייטער ארויפגעטראגן אויפ'ן לייטער פון סוקסעס.

איין טאג האט מיר מיין ידיד מבשר געווען אז ער גייט גיין צום "על טי בי" ביזנעס סאמיט, וואס ווערט אהערגעשטעלט דורך די בארימטע פיטעקס גרופ, און מיך שטארק צוגערעדט אז איך זאל זיך מיטכאפן, צאלן די פרייז, און אוועקגעבן א גאנצן טאג דערפאר.

"עס איז ממש פאר דיר, עס גייט דיך אויפוואכן, איינפלאגן, און מאטיוויזירן".

וואס זאל איך אייך זאגן מיינע חברים? איך בין אהינגעגאנגען, און ווי שפעטער עס איז געווארן אין טאג האבן מיר שולד געפילן געהאמערט הונטער'ן באוואוסטזיין, זיי האבן געמאנט און געשריגן: 'וועק דיך אויף! טוה למעשה! נוץ דיין מח!'

שולד געפילן וואס האבן נאר געברענגט גוטס. מיט אינטערעסע האב איך אויסגעהערט דרשות פון ריזיגע מיליאנערן וואס האבן זיך אראפגעלאזט צום המון עם מיט פראקטישע אנווייזונגען, און אפגעשריבן אין מיין נאטיץ ביכל גאר וויכטיגע דרינגענדע אינפארמאציע באזירט אויף יארן שטודיעס און ערפארונג. פילע מאל בין איך ממש אויפגעשפרונגען הערנדיג פשוט'ע יסודות וואס קענען שפארן יארן עגמת נפש.

אין צוגאב האב איך באגעגנט דארט צענדליגער 'ליעדס' וואס א שיינע מספר פון זיי זענען שפעטער געווארן מיינע קליענטן. דאס צעטעלע וואס יעדער באטייליגטע טראגט אויף זיך מיט זיין ביזנעס אינפארמאציע מאכט מענטשן קוקן אויף דיר און זיך באקענען. דער עולם קומט אהין מיט אפענע אויערן און גרייטקייט צו טון ביזנעס מיט סיי וועמען עס קען זיך אויסארבעטן.

היינט, צוויי יאר שפעטער, וואלט איך געזאגט אז יענער טאג, "אותו היום", איז געווען דער טאג וואס האט ארויפגעשאסן מיין ביזנעס צו שטאפלן וואס איך וואלט קיינמאל נישט גע'חלומ'ט. עס האט מיך געשטעלט אין פלאץ. איך האב מיך געטראפן די ערשטע מאל פנים אל פנים מיט די עכטע ביזנעס וועלט, און מיך ענדליך ארויסדערזעהן פון עולם הדמיון.

אי"ה דעם מיטוואך וועל איך מיך נאכאמאל צום דריטן מאל באטייליגן ביים "לעטס טאלק ביזנעס" סאמיט, נאכדעם וואס די פארגאנגענע צוויי יאר האט זיך ברוך השם ארויסגעשטעלט אלס אן אויסטערלישע סוקסעס!

ידידי וחבירי, געדענקט איין זאך, יעדער מענטש איז געשלאגן מיט באזונדערע פארציעס פון געפיל און פון דמיון וואס שטערט שטארק אין ביזנעס, מען דארף דאס קענען אפטיילן, מען דארף זיך לאזן לערנען, און האבן אפענע אויערן צו פרישע לעקציעס.

אויב האט איר אן אייגענע ביזנעס, אדער אפילו אויב איר ארבעט פאר א צווייטן, קענט איר זיכער נהנה זיין פונעם "לעטס טאלק ביזנעס" סאמיט, וואס וועט היי-יאר פארקומען אין ROCKLEIGH, NJ, דעם היינטיגען מיטוואך פרשת פנחס, יולי דער אכטער.

זיך איינצושרייבן קען מען גיין צו https://ltbsummit.com וואו דער פראצעדור איז גרינג און שנעל. עס לוינט זיך דער קליינער אינוועסטמענט אין פארגלייך צו די גרויסע רווחים וואס דאס קען בעז"ה ברענגען.

זינגטס אלע (בניגון הארא-לשון הרע): אמעריקען טשיז מיט בונדלעך? ניין! עכטע ביזנעס? יא!
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

הצלה!

שוין לאנג נישט געליינט אזא "קאנווינסינג" ארטיקל, איך קען אסאאך אזאלכע אינגעלייט...

חוץ פון גיין צום על טי בי, האסטו מיר קאנווינסט צו פראבירן די רעסעפיס, ווען די ווייב איז אין די קאנטרי איז די בעסטע צייט.
לעצט פארראכטן דורך גרויזאמער אום מאנטאג יולי 06, 2015 10:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

און דאס איז אלעס וואס ער 'שרייבט', שטעלט אייך פאר וואס נאך ספלעגט דורכלויפן אין זיין קאפ וואס ער האט 'נישט' געשריבן,

איך האב א קושיא, די בייפאלן קומט םון נעטשור ? אדער נורטשור ?
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

גרויזאמער האט געשריבן:חוץ פון גיין צום על טי בי, האסטו מיר קאנווינסט צו פראבירן די רעסעפיס, ווען די ווייב איז אין די קאנטרי איז די בעסטע צייט.


פארגעס נישט צו וואשן די דישעס א טאג פאר מ'קומט אהיים... די גערוך פון מעשד-פאטעיטאס מיט טרויבן איז נישט אזוי בא'טעמ'ט...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט »

האסט שוין אמאל פרובירט צו עסן א סענדוויטש פון א פרענקפורטער-באן און א פאקסי-פאפ אינדערמיט

א פיינע איידיע פונקט גוט פאר'ן זוממער זוסען
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

דער מאשקע איז שעפעריש!
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

איך וועל נישט מגיב זיין אויף דעם ארטיקל אלס מחאה אויף מאשקע וואס מיינט אז ער קען אונז אונטערקויפן מיט באצאלטע אנאנסן.....

ניין מאשקע.... אונז וועסטו נישט נארן מיטן ווארפן א ביסן פון באצאלטע ווארע.... ווילאנג דו וועסט נישט צוריקומען דא כימי קדם איז די מחאה בתקפו...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

מאשקע איך ווייס נישט פון וואסערע ביזנעס די רעדסט אבער אויב זיי האבען געקענט דיר מאכען נאכאמאל אזא גיטע ארטיקל כשנים קדמוניות האט זיך עס שוין געלוינט

די זאלסט האבען הצלחה ווי די גייסט און ווי די שטייסט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
תמימות
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 25, 2015 7:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמימות »

שוין לאנג נישט געלאכט אזוי קיעפ איט אפ!
אוועטאר
קברנה סובניון
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קברנה סובניון »

פאר דעם בין איך דא!!
איך בין אין...
טשאלענט מיט פאפקארן
טונא מיט מאסטערט
סמייטע מיט דזשעלאפינאו

דעס רעדט צו מיר

שקויעך מאשקע ביסט פיין
כ'פלאן 'נישט' צו גיין צו דעם סאמיט, אבער די גאנצע סאמיט האט זיך געלוינט פאר דעם ארטיקל...
לעצט פארראכטן דורך קברנה סובניון אום דינסטאג יולי 07, 2015 5:02 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
"ווייל ביי אונז אפילו ווען מען זעט זיך פנים אל פנים מיט'ן עכטן נאמען, ווייזט מען אויך נאר ארויס דעם ניק". (ליפא - אפענע בריוו צו אייוועלט)
אוועטאר
קברנה סובניון
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קברנה סובניון »

במאמר המוסגר:
פארוואס ליגט די אשכול אין מעלדונגען?
מעג זיך טאקע א מנהל אזוי צופירן די הענט, כאדם העושה בשלו?
לעצט פארראכטן דורך קברנה סובניון אום מאנטאג יולי 06, 2015 11:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"ווייל ביי אונז אפילו ווען מען זעט זיך פנים אל פנים מיט'ן עכטן נאמען, ווייזט מען אויך נאר ארויס דעם ניק". (ליפא - אפענע בריוו צו אייוועלט)
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

ווילט איר א פראומא פארבינדט אייך מיט מיר
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

ווייס מיר פון עטליכע וואס האבן צוליב דעם ארטיקל באשלאסן צו גיין
זעט אויס אז צו עפעס טויג ער נאך יא דער מאשקע...

אולי וועט ער צוריקקומען פאר גוד #ווערווייסט
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
וויווידיזיינער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2011 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויווידיזיינער »

האבן מיר איינקאסירט 4 טיקעטס....
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30736
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

וויווידיזיינער האט געשריבן:האבן מיר איינקאסירט 4 טיקעטס....

הייסעטעס דו גייסט טיילן פאר די מאסן... געמיר אויכעט איינס...
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

געמאכט א רעזערוואציע
אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. גרין »

וואו זענען די לייו רעפארטס?
ווער וויל זיך אנטראגען לטובת הוועלטעל?
מאשקע? מען קען רעדן דערפון?
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

געפרעגט איינעם דארט. מ'סערווירט אויסדריקלעך 'נישט' קיין טשיז מיט בונדלעך. שקר זאלסטו פארקויפן דיינע שונאים
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

זייער א שיינע מעמד געווען, נישט קיין צייט יעצט צו שרייבן קיין דעטאלן, אולי ווען איך וועל האבן די פאר עקסעטערע מינוטן.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי.גערעדט »

bit.ly/1S8vgFb
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

The Launch Pad

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

After a day of learning from some of the best in the business world, we’re all ready to sit back, relax and enjoy the show we’ve all been waiting for.

If there’s any doubt, I’m talking about The Launch Pad.

This year, noted professor, radio host and lecturer Sean Wise, will be our esteemed host.

Here’s a word from the “Wise” to t0day’s presenters hoping to land a deal: Lead with a captivating elevator pitch! Identify a problem and show how your product or service solves that problem.

To keep things interesting, the stakes are high — a $1 million dollars high.

The question everybody’s asking: Who will walk away with an investment?

It’s anybody’s to take — all it takes is a brilliant idea and an ultra-compelling pitch.

Entrepreneurs in need of capital will take to the stage to present their pitches to our cast of deep-pocketed investors. If those investors bite, a dream can become a reality in just minutes. It can just as easily slip away.
launch pad
Who are this year’s investors?

*AJ Ginsberg, CPA: CEO of Mega Funding, LLC
*Akiva J. Kurland, CPA: Founder of Yellow Jacket Ventures, LLC
*George Weinberger: Founder of Anthiem Ventures
*Neil Rock: Founder & Managing Partner of Catalyst Funding

Let’s just say that this is THE group you want to get in front of if you need a capital boost and have a brilliant business idea.

Without further adieu, the lights are dimmed and Professor Sean Wise takes the stage.

Who’s hoping to strike a deal this year?

Charles Wolofsky of Maxxwire is first to take the stage. Maxxwire is a financial technology company that’s developing a technological solution to streamline the clearing and settlement process of securities and other financial products.

The ask? $750,000 for 15% of the company, giving Maxxwire a $5 million dollar valuation.

What’s the verdict?

Unfortunately not – the evaluation was a little rich for the investors’ tastes.

Next up is Aaron Franco of Franco Intimates, a company that sells sleepwear and intimate apparel to the junior mass market and e-commerce sites.

The ask? $500,000 for 25% equity to help build out and license a new brand.

Will the investors bite?

A.J. offers $250,000 plus a $250,000 line of credit for 50%. Akiva offers a $500,000 loan, pending further due diligence.

Aaron and Akiva shake on the first deal of #LTB2015!

Third in line, Yehuda Kirsh of PARQ takes the stage. PARQ is a unique mobile app aimed at simplifying parking rules and automatically setting reminders. Those in the audience hoping to never get another parking ticket are listening attentively.

The ask? $300,000 for a 20% stake in the company, which will be used for development, marketing and operating costs.

Despite a strong pitch, the investors weren’t snatching the opportunity today.

Last but not least, Jonah Fine and Ronny Kraft of DIGIU 360°, a multi-platform, cloud-based, SaaS application that integrates a new in-class Digital Learning Environment (DLE) for teachers, students and parents.

The ask? $400,000 for $30% equity.

Will these final presenters impress?

Neil’s interested, but won’t be making a concrete deal until he can find a partner.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

הרבה עשו כ'שארק טענק ולא עלתה בידם,
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”