שוין יארן וואס איך - יא איך - פלאן צו עפענען א ביזנעס. און נישט סתם איך פלאן, נאר איך האב שוין "כמעט" געעפנט אן אייגענע ביזנעס.
אבער בעפאר מ'עפנט א ביזנעס דארף מען דאך קודם האבן אן איידיע פאר א ביזנעס.
אפשר מאכן א טעגליכע צעטל? נעה, פון דעם איז שוין דא גענוג. אפשר א קאר סערוויס? אויך דא גענוג. אה, א מעסענדזשער סערוויס! נעה... שוין דא מער ווי גענוג. אפשר ווען איך וואלט אנגעקומען צען יאר צוריק וואלט איך געווען דער פיאניר, אבער למעשה האבן מיך שוין 5 אנדערע מענטשן אויסגעכאפט... זיי האבן געטראכט פון מיין איידיע נאך בעפאר איך אליין האב געטראכט דערפון! ממש רוח הקודש!
איין טאג איז מיר בייגעפאלן א קנאקעדיגע איידיע: כ'גיי עפענען א רעסטוראנט מיט אומגעווענליכע עסנווארג! כ'האב שוין אפילו געהאט א נאמען דערפאר, כ'קען עס נישט שרייבן דא ווייל כ'האב מורא אז מ'וועט מיך אויסכאפן...
די איידיע איז געווען געבויעט אויפ'ן געדאנק אז מענטשן זענען צוגעוואוינט צו געוויסע סארט עסנווארג און קאמבינאציעס פון עסנווארג, און פון דעם רירט מען זיך נישט אוועק. צב"ש טונא גייט מיט א בייגל, טאוסט גייט מיט פוטער און טשיז, פיש גייט מיט כריין, און אזוי ווייטער.
עס זענען דא פארשידענע עסנווארג וואס מ'קען נישט עסן צוזאמען, פשוט ווייל איינס איז זיס און איינס איז זויער, צב"ש פיקל מיט אראנדזש דזשוס. ס'איז אבער דא פארשידענע מאכלים וואס מ'וואלט געקענט עסן צוזאמען, נאר ס'איז פשוט נישט בייגעפאלן פאר קיינעם דאס צוזאמצושטעלן.
כ'וועל נעמען א ביישפיל: טונא מיט טשאקאלאד טשיפס. ס'איז גוט? קען זיין אז יא, קען זיין אז נישט. וואס קרומסטו מיט די נאז? האסט עס שוין אמאל פרובירט? ניין! סאו פון וואו ביזטו אזוי זיכער אז ס'האט נישט קיין געשמאקן טעם?
ווילסט עפעס אנדערש? האו עבאוט אמעריקען טשיז מיט זכר בונדלעך? נישט סתם זייט-ביי-זייט, נאר מ'נעמט א סלייס אמעריקען טשיז, מ'מאכט דערפון אזא ציגאר, מ'לייגט אריין די בונדלעך דערינען, און מ'בייסט אריין!
וועעעעךךךך הער איך שרייען פון די ווייבער-שול... וואס איז? האסט עס שוין געקאסט? דו "ווייסט" אז ס'איז נישט גוט, אדער דו שטעלסט דיך נאר פאר?
האסט שוין אמאל געטרייט צוצולייגן ספייסעס צו קאטעדזש טשיז? האסט שוין אמאל פרובירט צו עסן א סענדוויטש פון א פרענקפורטער-באן און א פאקסי-פאפ אינדערמיט? האסט שוין אמאל געקאסט פלאנקען מיט פינאט-באדער? עפל-סאוס מיט פאפקארן? פיקל איינגעטינקען אין מאסטערד?
ניין!
איז וויאזוי קענסטו זאגן מיט אזא זיכערקייט אז ס'איז נישט גוט? געב עס א טשענס!
פאני מענטשן דאס...
עניוועי, מיין איידיע איז געווען צו עפענען אזא רעסטוראנט. קודם וועט זיין בערך 50 סארטן אייגענע קאמבינאציעס, אריינגערעכנט אלעס וואס כ'האב שוין דא אויסגערעכנט, און נאך פילע איידיעס וואס איך קען נישט שרייבן צוליב די אויבנדערמאנטע סיבה. אויסערדעם וועט מען קענען באשטעלן אייגענע קאמבינאציעס! למשל חיים זרח קומט אריין אז ער דארף געפילטע פיש מיט ספרינקעלס (אקעי דאס איז נישט קיין גוטע משל, ווייל געפילטע פיש איז גוט מיט "אלעס"... אבער מ'פארשטייט מיין פוינט), אדער אז איינער דארף א פרענטש באגעט מיט סלייסעס גרעיפ-פרוכט דערינען. נישט קיין פראבלעם! משוגעתו של אדם זה רצונו, וואס ער וויל קען ער ביי אונז באקומען.
ס'איז זייער א גוטע פלאן, אמת?
נאר איין קליינע פראבלעם איז דא: ווער גייט אריינקומען אין אזא רעסטוראנט?
אין הכי נמי, די ערשטע צוויי וואכן וועל איך האבן א שיינע צאל קאסטומערס וואס וועלן קומען זעהן די אינטערעסאנטע ספעקטאקל, און אפשר אויך באשטעלן א בלינץ געמאכט פון זויער פיקל, אבער ווי לאנג גייט דאס אנהאלטן? וויאזוי גיי איך מאכן פרנסה נאכדעם וואס "די שאו איז אווער"?
געבענטשט זאל זיין מיין חבר וואס האט מיך אויפמערקזאם געמאכט צו דעם איין קליינעם דעטאל...
*
על כל פנים איר כאפט וואספארא יונגערמאן איך "פלעג" זיין? איך קען נישט זאגן אז יעדע פונקטליכע דעטאל פון פריער איז הונדערט פראצענט אמת, עס איז מוגזמ'דיג, פשוט צו אילוסטרירן מיין מהלך המחשבה. איך האב ברוך השם געמאכט געלט דא און דארט, אבער מיט פייגעלעך אין קאפ, און דמיונות וואס זענען געגאנגען ווייטער ווי רעאליטעט, מיט א סיסטעמאטישע מהלך המחשבה אז "מ'דארף נאר אויפקומען מיט א גוטע איידיע און דאס איז עס, מען ווערט רייך איבערנאכט".
ביז...
ביז איינער האט מיך ברוך השם אריינגעלייגט אין א פאך וואס זאגט נישט צו קיין גאלד-גרובן, מען דארף ארבעטן שווער, אבער מיט שכל, סטראטעגיש, און אסאך געדולד. איך האב ברוך השם אנגעהויבן מיט'ן רעכטן פוס, און זיך אויפגעוואכט צום ביזנעס וועלט, צום עכטן רעאליטעט.
צוביסלעך האב איך אנגעהויבן צו שפירן ווי איך מוטשע זיך אויף "עכטע" זאכן: וויאזוי האלט מען אן קאסטומערס? וויאזוי רעדט מען צו זיי? וויאזוי פארהאנדלט מען? א.א.וו.
דאן... דאן האב איך אנגעטראפן א גוטע ידיד מיינע, אן אמת'ער ידיד וואס האט אמת'דיג געמיינט מיין טובה. ער האט זיך אביסל אריינגעלייגט אין מיינע שיך און דורכגעטון מיין ביזנעס, און מיר געגעבן גוטע סטראטעגישע עצות פון זיין אייגענע ערפארונג, וואס האט מיך ברוך השם ווייטער ארויפגעטראגן אויפ'ן לייטער פון סוקסעס.
איין טאג האט מיר מיין ידיד מבשר געווען אז ער גייט גיין צום "על טי בי" ביזנעס סאמיט, וואס ווערט אהערגעשטעלט דורך די בארימטע פיטעקס גרופ, און מיך שטארק צוגערעדט אז איך זאל זיך מיטכאפן, צאלן די פרייז, און אוועקגעבן א גאנצן טאג דערפאר.
"עס איז ממש פאר דיר, עס גייט דיך אויפוואכן, איינפלאגן, און מאטיוויזירן".
וואס זאל איך אייך זאגן מיינע חברים? איך בין אהינגעגאנגען, און ווי שפעטער עס איז געווארן אין טאג האבן מיר שולד געפילן געהאמערט הונטער'ן באוואוסטזיין, זיי האבן געמאנט און געשריגן: 'וועק דיך אויף! טוה למעשה! נוץ דיין מח!'
שולד געפילן וואס האבן נאר געברענגט גוטס. מיט אינטערעסע האב איך אויסגעהערט דרשות פון ריזיגע מיליאנערן וואס האבן זיך אראפגעלאזט צום המון עם מיט פראקטישע אנווייזונגען, און אפגעשריבן אין מיין נאטיץ ביכל גאר וויכטיגע דרינגענדע אינפארמאציע באזירט אויף יארן שטודיעס און ערפארונג. פילע מאל בין איך ממש אויפגעשפרונגען הערנדיג פשוט'ע יסודות וואס קענען שפארן יארן עגמת נפש.
אין צוגאב האב איך באגעגנט דארט צענדליגער 'ליעדס' וואס א שיינע מספר פון זיי זענען שפעטער געווארן מיינע קליענטן. דאס צעטעלע וואס יעדער באטייליגטע טראגט אויף זיך מיט זיין ביזנעס אינפארמאציע מאכט מענטשן קוקן אויף דיר און זיך באקענען. דער עולם קומט אהין מיט אפענע אויערן און גרייטקייט צו טון ביזנעס מיט סיי וועמען עס קען זיך אויסארבעטן.
היינט, צוויי יאר שפעטער, וואלט איך געזאגט אז יענער טאג, "אותו היום", איז געווען דער טאג וואס האט ארויפגעשאסן מיין ביזנעס צו שטאפלן וואס איך וואלט קיינמאל נישט גע'חלומ'ט. עס האט מיך געשטעלט אין פלאץ. איך האב מיך געטראפן די ערשטע מאל פנים אל פנים מיט די עכטע ביזנעס וועלט, און מיך ענדליך ארויסדערזעהן פון עולם הדמיון.
אי"ה דעם מיטוואך וועל איך מיך נאכאמאל צום דריטן מאל באטייליגן ביים "לעטס טאלק ביזנעס" סאמיט, נאכדעם וואס די פארגאנגענע צוויי יאר האט זיך ברוך השם ארויסגעשטעלט אלס אן אויסטערלישע סוקסעס!
ידידי וחבירי, געדענקט איין זאך, יעדער מענטש איז געשלאגן מיט באזונדערע פארציעס פון געפיל און פון דמיון וואס שטערט שטארק אין ביזנעס, מען דארף דאס קענען אפטיילן, מען דארף זיך לאזן לערנען, און האבן אפענע אויערן צו פרישע לעקציעס.
אויב האט איר אן אייגענע ביזנעס, אדער אפילו אויב איר ארבעט פאר א צווייטן, קענט איר זיכער נהנה זיין פונעם "לעטס טאלק ביזנעס" סאמיט, וואס וועט היי-יאר פארקומען אין ROCKLEIGH, NJ, דעם היינטיגען מיטוואך פרשת פנחס, יולי דער אכטער.
זיך איינצושרייבן קען מען גיין צו
https://ltbsummit.com וואו דער פראצעדור איז גרינג און שנעל. עס לוינט זיך דער קליינער אינוועסטמענט אין פארגלייך צו די גרויסע רווחים וואס דאס קען בעז"ה ברענגען.
זינגטס אלע (בניגון הארא-לשון הרע): אמעריקען טשיז מיט בונדלעך? ניין! עכטע ביזנעס? יא!