בלאט 1 פון 1

תיקון העול"ם

געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2015 7:32 pm
דורך פינטל
איך עפן דעם אשכול מעורר צו זיין דברים הצריכים תיקון דא אויף אויף אונזער וועלט"ל.

צומאלעמענערשט וואלט איך געוואלט בעטן אייך טייערע חברי הקרעטשמע, ווען איר שרייבט א תגובה, צו זאל עס זיין א נייעסל, א אנאליז, א הוספה אדער סיי וואס - איז פאראן פארשידענע כלליתדיגע אשכולות, צב"ש נייעס און קרישקעלעך..., ברוך דיין האמת, היסטארישע קליפס, איך זוך א ניגון... (איך שרייב נאר וואס סע ליגט מיר אויפן זכרון, באט יו געט דע פוינט) וואס ווען אימער איך וויל אריינגיין קוקן עפעס חדשות כאפט מיר אן א שווינדלעראציע, א צימישעניש פון נייע/אלטע/געקוואוטע/דאנק/יויש איך קען נישט סטאפן לאכן/סמייליס.... עס איז זייער שווער צו כאפן אויף וואס וועלכע תגובה באציעט זיך, צו איז עס א פרישע נייעס אדער א פראגע איבער אלטע זאכן.

אשע"כ וואלטעך געוואלט בעטן דעם עולם, אין יעדע תגובה איז דא א אפציע פון א "קעפל", ווען איר שרייבט עני תגובה אין א כלליתדיגע אשכול "ביטע ניצט דעם קעפ"ל" (תרתי משמע), שרייבטס איבער וואס איר באציעט זיך, צב"ש אינעם שידוכים אשכול שרייבט ~
[קעפל] פלוני אלמוני
[תגובה] בלא בלא בלא...

יישר כוחכם.

פלוני אלמוני

געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2015 11:08 pm
דורך שמאטע
בלא בלא בלא

יישר כוחכם

געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2015 11:09 pm
דורך למעלה משבעים
אויב מעג איך פרעגן, צו וואס פעלט עס אויס? די אשכול האט דאך שוין א קעפל.

געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2015 9:35 am
דורך שטארק זיך
זעענדיג די אשכול, קלער איך זיך. אפשר מאכט מען (ווער?) א פרישע פארום אדער סוירטש אפציע פאר ׳כללי׳ (טעג) אשכולות?

הא? אז נישט תורה כאטש חכמה....

געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2015 9:41 am
דורך מטעמים
למעלה משבעים האט געשריבן:אויב מעג איך פרעגן, צו וואס פעלט עס אויס? די אשכול האט דאך שוין א קעפל.

איך מיין אז די תירוץ צו דיין קשיא וואלט ווען געוועהן א תיקון פון דעם וועלט דא.

על תגובה הראשונה

געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:39 pm
דורך שמו
האסט א פוינט

על תגובה השנייה

געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2015 3:13 pm
דורך בנימין הלוי
עולם כמנהגו נוהג

על תגובה השלישית
ווילסט איינפירן א (טעג)ליכע תיקון הכללי עולמי?

געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2015 10:52 pm
דורך פינטל
פינטל, האסט א פינטל (פוינט)...

אוי... כאבעס גאוואלט שרייבן אונטער מיין אנדערע ניק.... סארא בישששעס, כאף קיינער כאפט נישט...

#במקום שאין איש...

געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2015 10:54 pm
דורך שמו
פינטל האט געשריבן:פינטל, האסט א פינטל (פוינט)...

אוי... כאבעס גאוואלט שרייבן אונטער מיין אנדערע ניק.... סארא בישששעס, כאף קיינער כאפט נישט...

#במקום שאין איש...



כ'האב עס דאך שוין געשריבן פאר דיר

שמו האט געשריבן:האסט א פוינט


נעקסטיים ליין קודם וואס מ'שרייבט דיר


:lol: :lol: :lol: :lol: