מפעל הוצאת ספרים אפטיילונג

אויפנאמס צימער

אחראי: אחראי

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3212
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

מפעל הוצאת ספרים אפטיילונג

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך מארטש 25, 2015 11:40 pm

איך בעט די חשוב'ע מנהלים צו מאכן א באזונדערע אפטיילונג פאר די מערערע פראיעקטן פון "מפעל הוצאת ספרים שע"י אייוועלט".
ב"ה מיר האלטן שוין אינמיטן אונזער פראיעקט #4.
מיר האבן שוין געווידמעט איבער 10 אשכולות אויף דעם פראיעקט והמסתעף.
מיר זענען פארבונדן מיטן ארץ-ישראל'דיגער פארום "אוצר החכמה" צו ברענגען אויך פון זייערע מעמבער צוצוהעלפן אין די התנדבות. (בדר"כ זענען די אר"י'דיגע אסאך בעסער אין דעם ווי אונז, בפרט אין הגהה ועימוד.)
מיר זענען מכיר טוב אייך פארן זיין די אכסניא פון אונזער הייליגער פראיעקט. אבער מיר פילן אז דאס וואלט פארבעסערט דעם "מפעל", געמאכט גרינגער צו טרעפן דעם פאסיגן אשכול, און פארשענערט און מחזק געווען דעם גאנצן אונטערנעמונג.
איר זאלט מיר אנטשולדיגן פארן בעטן דאס ברבים, איך האב שוין איינמאל געבעטן פריוואט ביי איינער פון די הנהלה, אבער איך האב גארנישט אויפגעטוהן. אולי אויב דער עולם וועט לאזן הערן זייער מיינונג, וועט עס האבן א ווירקונג אויף די חברי ההנהלה.
לעניות דעתי זעה איך נישט א סיבה אויף נישט.
אדרבה, לאמיר הערן פון דעם עולם.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
פורים קטן
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2010 11:16 pm

תגובהדורך פורים קטן » מיטוואך מארטש 25, 2015 11:47 pm

נכון! כפי הנראה המפעל הזה מתפשט ומתרחב מאוד מהר, ובוודאי היה לתועלת כולם לעשותו במדור מיוחד

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 5:44 am

א ריכטיגער איינפאל
מאכן א סעקשן
מפעל הוצאת ספרים שע"י אייוועלט אפטיילונג!!!!

יודישע ביסט גערעכט
כשמ"ו כן הוא

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 7:42 am

בכלל די גאנצער ענין פון אשכולות דארף א תיקון. וויפיל אשכולות איז דא איבער מיילעדזש, אידישע שטעט און בתי חיים וכדומה. פארוואס זאל נישט זיין מערערע סוב אשכולות וואו די אלע פארבינדענע אשכולות זאלן געפירט ווערן
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 10:50 am

מען דאדרף באמת פארשטיין דעם צד המנהלים והאחראים
דא איז זיך צווואקסן אזאך, וואס קיינער ווייסט נישט צו עס איז א בר קיימא
און אויב איז עס יא א בר קיימא, ווייסט קיינער נישט ווער איז אחראי דערויף
און איך גיב נאר לשם דוגמא, דא איז געווען ווער עס האט מעורר געווען אז אולי איז ספרי ר' נתן מאז א פראבלעם, והכריע מי שהכריע אז נישט,
איך דינג זיך נישט מיט די הכרעה, אבער ברבות הימים גייט זיין הכרעות וואס גייען מוזען געמאכט ווערען, (לדוגמת להשמיט או לא להשמיט דברי התנגדות),
מיט מאכן אן אפיציעלע אפטיילונג, מיינט דאס אויבן אויף אז די מנהלי אייוועלט זענע אחראי אויף דעם,
מאן יימר אז זיי זענען גרייט דערויף

נאך א נקודה, כפי ידיעתי מאכט מען נישט אייוועלט קיין געלט (אולי אביסל פון אדווערטייזמענטס)
אויב גייט דאס זיין א געלט מאכעריי, אולי קומט זיין א פראצענט, און מיט מסכים זיין, גיבן זיין כאלו אויף דעם רעכט

ועוד יותר, איך ווייס בפירוש, אז בזמן וואס עס געווען אן התעוררות בענין האינטערנעט, האט איינער פון די אחראים געפרעגט א דעת תורה (פון די גרויסע לוחמים) צו ער זאל עס פארמאכן, וענה לו מה שענה
אבער עס נעמען בפירוש צום נעקסטען לעוועל, (אז עס זאל זיך געפינען ספרים בבית המדרש, וואס כאלו גיבט א הכשר), אולי זענען זיי נאך נישט גרייט צו געבען זייער גושפנקא,

איך רעד נישט פאר זיי, ואולי איז עס נאר א פארנאכלעסיגקייט, אדער אנדער טעמים,
ואולי בין איך נישט גערעכט מיט די טעמים
ולא באתי רק לעורר, אז אמאל קען זיין א צד שני להמטבע,
למה זה תשאל לשמי...

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 11:34 am

והוא פלאי
אויפריכטיגע ווערטער

אבער לדעתי הקלושה, אויב איז שוין בסייווי דא אפאר אשכולות, און דער ציבור וויל דאס
מיין איך אז זיי מעגן גרינדן אזוי ווי ס'דא על הצדיקים, זאל זיין מפעל ספרים
און זיי זאלן מגלה דעת זיין, אז ס'איז על אחריות יודישע קהילות כך נראה לי (צריך לשאול יודישע קהילות אם מוכן לקבל אחריות)
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 1:37 pm

איר זעהט אין א עקסטערע פארום א גרעסערע קיבול אחריות ווי אין אומגעמעקטע תגובות/אשכולות?

דערווייל הייסט נישט אז מען גייט מאכן געלט, און אויב יא? יעדער וואס טרעפט א דזשאב דורך אייוועלט דארף אויך געבן א פראצענט פאר קהל?

מען קען שרייבן אייוועלט סיי-ווי-סיי, א עקסטערע פארום וועט עס גארנישט שטערקער מאכן אדער פארמינערן, אויב זיי זענען נישט מסכים מוזן זיי דאס יעצט אויך זאגן.

הנלענ"ד כתבתי, אבער א צד צו מען זאל יא מאכן אדער נישט נעם איך נישט...
(איין זאך, א סוב פארום האב איך נישט ליב, אויף מאבייל קען מען נישט אריינגיין דערין פונעם הויפט בלאט)

-
אגב, והוא פלאי, אונזער ניק ענדלט אביסעלע...

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1523
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 1:56 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:אגב, והוא פלאי, אונזער ניק ענדלט אביסעלע...

און איך האב שוין געמיינט אז דאס איז דער זעלבער מענטש מיט צוויי ניק'ס :lol: :lol:
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3212
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 2:21 pm

איך פארשטיי נישט בכלל די אנדערע צד. מיטן מאכן א באזונדערע אפטיילונג נעמט איר נישט קיין אחריות אויף גארנישט; איר שטעלט בלויז צו א פלאטפארם פאר אינדיווידואלע - האפענטליך: אחריות'דיגע, באנוצער.
אויב ביום מן הימים וועט אייך א ספר נישט געפעלן, האט איר דעם גרויסן ארעסער... אויב איז געלט מאכן א פראבלעם - נוצט די זעלבע ארעיסאר. אויב ווילט איר א חלק פון דאס געלט - דארפט איר דאך זיכער וועלן מאכן א באזונדערע אפטיילונג...
איך בין נישט דא פאר די געלט (וואס איז אויך נישטא...), איך ווייס בכלל נישט צו איך בלייב יו"ר, דערווייל בין איך א עבד לעבדי ה' - זה הכל.
ווידעראום אויב אינטערנעט איז דער פראבלעם - דוכט זיך אז. דער אפטיילונג האט די מערסטע קדושה און די גרעסטע זכות קיום פון אלע אנדערע אפטיילונגען.
אשר על כן אני הקטן פארשטיי *נישט* וואס דער אנדערע צד איז.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 2:27 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
אשר על כן אני הקטן פארשטיי *נישט* וואס דער אנדערע צד איז.

דו האסט עס שוין געהערט? :smile:

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3212
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 2:31 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
אשר על כן אני הקטן פארשטיי *נישט* וואס דער אנדערע צד איז.

דו האסט עס שוין געהערט? :smile:

אויב והוא פלאי וויל מסביר זיין - האב איך נישט פארשטאנען. אז עס איז דא אנדערע סיבות, נו נו.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3212
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 2:39 pm

איך זע איין צד פארוואס נישט, און דווקא איך וואלט געדארפט זיך אנטקעגנטשטעלן, דאס לייגט אונז אריין אין א ווינקל וואס ווייניגער ניקים וועלן עס באמערקן.
אשר על כן וועל איך מוזן פון צייט צו צייט זיך אריינגליטשן אין אן אנדערן אשכול/מדור צו ברענגען אביסל נייעס און לינקס צו אונזער ארבייטס-שטיבל.
וואס האלט איר?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 3:43 pm

איך זעה צוויי צדדים פארוואס נישט
(יודישע קהילות כפול)
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 10:55 pm

יידישע, פרעג די פאעטן צו זיי ווילן נאכאלס א באזונדערע אשכול

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3212
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 11:05 pm

ביטע זיי מסביר - איך פארשטיי נישט קיין רמזים.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 11:08 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:ביטע זיי מסביר - איך פארשטיי נישט קיין רמזים.

מען האט געהאט געבעטן צו מאכן אן עקסטערע פארום פאר פאעזיע און גראמען, און די הנהלה האט נאכגעגעבן, אבער עס האט זיך נישט אויסגעארבעט צוליב כמה טעמים און דער עולם האט דערנאך חרטה געהאט דערויף.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3769
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 11:08 pm

די פאעזיע סובפארום האבען די שרייבער נישט פארלאנגט, נאר די ליינער,
דא וויל דער בעל הבית עס יא באזונדער
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 11:25 pm

אויב וואלט דאס געווען אין א סוב פארום וואלט עס אפשר אין מיין פילטער אריינגעפארן..
יעצט אז ס'איז נישט, האלט איך ווי נישט אביסל מיט.
היינט וואלט איך עס שוין נישט געפילטערט שטייצעך
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג אפריל 19, 2015 12:58 pm


אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1523
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » זונטאג אפריל 19, 2015 1:10 pm

ייש"כ אייוועלט
פארן צושטעלן א מקום מכובד פאר מפעל הוצאת ספרים
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3212
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג אפריל 19, 2015 1:25 pm

גם אני מצטרף להודות להמארחים היקרים שיחיו.
איצט גייען מיר האבן א רואיגער צימער וואו מיר וועלן קענען ארבעטן אומגעשטערט.
אחת שאלתי פון די טייערע ניקים הי"ו, קומט אריין, באזוכט אונז... איר דארפט נישט קלאפן אויפן טיהר, יעדער איז ווילקאמען... ווייזט ארויס אייערע כשרונות: העתקה, הגהה, גרעפיקס, עימוד וכו'. לערנט אייך וויאזוי ארויסצוגעבן א ספר, מיט די באלגייטונג פון א סטעף פון עטליכע מומחים אויף יעדע באזונדערע געביט. און אין די זעלבע צייט האט די זכיה פון ראטעווען דברי תורה מתהום נשיה, און שאפן א נח"ר פאר א נשמה פון א פריערדיגע גדול נבג"מ, וואס וועט זיכער מליץ יושר זיין אויף אייך.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com


צוריק צו “ברוכים הבאים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט