אנקעטע: שוואך אין ספעלן יא שרייבן אדער נישט?

אויפנאמס צימער

אחראי: אחראי

אנקעטע: שוואך אין ספעלן יא שרייבן אדער נישט?

די וואלן האבן זיך פארמאכט מוצ"ש ינואר 17, 2015 9:20 pm

יא זאלן זיי שרייבן
29
85%
ניין זיי ברענגען אראפ א"וו
5
15%
 
סך הכול שטימען: 34

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

אנקעטע: שוואך אין ספעלן יא שרייבן אדער נישט?

תגובהדורך שלום אויש » מיטוואך ינואר 14, 2015 9:20 pm

איך בין שוין אויף אייוועלט פאר א שיינע עטליכע יאר און זיך ווייקנדיג דא אזוי לאנג האב איך אויפגעכאפט א שטיקל טויש וועלכע איז ממש אין מיינע אויגן א סכנה פארן עקזיסטענץ פון אינזער וועלטל.

אין די בראשית יארן האט געמיינט שרייבן אן ארטיקל א ערנסטע פראצעדור מיט עטליכע טיילענאול אינמיטן ווארום מען האט געטראכט און שוקל געווען יעדעס ווארט וואס מען שרייבט טראכטנדיג וויאזוי עס גוט אראפצוגעבן וכדו און מען האט אין הארץ געהאפט אז די ברייטע אנאליזירער וואס געפונען זיך דא זאלן טרעפן חן אין די ווערטער.
עס האט עפעס לעצטענס עקספלאדירט א לאווא אויפשיס און עס האט געלאנדעט דא א פליגער מיט ניקים וואס ווי עס שיינט האבן זיי עפעס געהערט אין ישיבה קטנה צווישן די חברים וועגן א פלאץ וואס מען קען "סרייבן" און נאכן אויסגעפינען וויאזוי מען סיינט זיך אויף האבן זיי געלאזט אין גאנג די מיסיע פון בויען זייער ניק, נישט וויסנדיג בחייכון וביומייכון וואס און ווען אייוועלט דארף צו זיין.
איך האב אסאך מעורר געווען אין אישי און עס האט זיך געמאכט עטליכע מאל שוין וואס מען האט פארמעקט געוויסע תגובות נאך וואס די אמעראצעס האט געשריגן אויף א שרעקליכער פארנעם.
ממש לעטצענס איז געעפנט געווארן אן אשכול וועלכע האט אויפן "נאמען" פונעם אשכול וועלכע איז געלאפן געהאט עטליכע ממש אומענטשליכע טעותים און דאס איז אזאך וואס מיין ארימער מיינונג איז אז דאס ברענגט אראפ דער גאנצער ארט.
וואס איז אייער מיינונג?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9026
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך ינואר 14, 2015 9:31 pm

געשטימט פאר יא, ואסביר:

קודם כל ווער זאגט אז אייוועלט איז געמאכט געווארן צו שרייבן גוט, וואס אויב אזוי קומט אויס אז די וואס שרייבן נישט גוט ברענגען עס אראפ? אפשר איז אייוועלט א פארום פאר אידיש שרייבענדע מענטשן [אגב, נישט קיין חילוק וועלכע עידזש], און וויאזוי דער רוב פון זיי קענען אזוי איז דער פלאץ?

והשני, עס איז נאך קיינער נישט געבוירן געווארן קענענדיג שרייבן און ספעלן! מען קומט אריין מען שרייבט און מען קאמענטירט און מיט דער צייט לערנט מען זיך אביסל אויס וואס עס גייט פאר מיט דער אידישער שפראך. [און אגב דו אין דיין מודעה דא האסטו אויכעט א שיינע פאר טעותים...].

דאס וואס איך שרייב ביז יעצט איז אפילו ווען מען רעדט פון שרייבן ארטיקלען וכדו'. על אחת כמה וכמה ווען מען רעדט פון איש את רעהו אדער נייעס, וואס דאן הו קעירס וויאזוי יענעמס ספעלינג איז? עס ברענגט אינפארמאציע אדער העלפט אידן דאן איז דער מקום דא!
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2229
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » מיטוואך ינואר 14, 2015 9:33 pm

געשטימט אויף יא שרייבן. פארגעס נישט אז ווייניג פון די גוטע שרייבער וואס האבן זיך שוין דורכגעוואשן דעם קרעטשמע האבן געוויסט גראמאטישע כללים ספעציעל גוט. מיט די צייט לערנט מען זיך צו מער און מער, און דער עולם האט הנאה בעז"ה.

---

קנאפער האקט מיט דעם זעלבן פוינט.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4264
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מיטוואך ינואר 14, 2015 9:36 pm

כנ"ל.

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » מיטוואך ינואר 14, 2015 9:36 pm

בטעות געשטימט אויף יא... געוואלט שטימען פאר "ניין"
איז דא א וועג צו פארמעקן?
קנאפער קענסט מיר זאגן וואס איך האב נישט גוט געשריבן? (חוץ פונעם ווארט סרייבן וואס דא האב איך עס געשריבן בדוקא...)

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9026
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך ינואר 14, 2015 9:42 pm

שלום אויש האט געשריבן:בטעות געשטימט אויף יא... געוואלט שטימען פאר "ניין"
איז דא א וועג צו פארמעקן?

נאופ.
קנאפער קענסט מיר זאגן וואס איך האב נישט גוט געשריבן? (חוץ פונעם ווארט סרייבן וואס דא האב איך עס געשריבן בדוקא...)

שוין געענפערט אין אישי ווען דו האסט מיר געפרעגט, אבער אז דו ווילסט ברבים, נאדיר:
קודם, האסט געשריבן אינזער ווען עס קומט אונזער, און א ערנסטע במקום אן ערענסטער, ביי וכדו האסטו פארגעסן דער אויבערשטרעכל.

והשנית זייער אסאך פלעצער אין דיינע ווערטער איז די גרעמער שוידערליך! אפאר דוגמאות: "וועלכע איז ממש אין מיינע אויגן" - "א שיינע עטליכע יאר" - "וועלכע האט אויפן "נאמען" פונעם אשכול וועלכע איז געלאפן".
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מיטוואך ינואר 14, 2015 9:58 pm

נישט געשטימט, ווייל פין איין זייט בין איך באמת איינשטימיג מיט'ן רוב דא אז אייוועלט איז נישט קיין "פארמעסט פארום" צו זען ווער עס איז א בעסערע שרייבער אדער גראמאטיקער!

לאידך גיסא פארשטיי איך אבער ווען איינער שפירט אז ס'איז געווארן אביסל לויז דער ענין פין שרייבן מיט קאפ, אזש אויף געוויסע געשרייבעכצער זעט מען אז מ'האט לכתחילה נישט צוגעלייגט קאפ און געפיל אז עס זאל זיין געשמאק און גוט - עכ"פ לויט א דורכשניטליכן סטאנדארט - און דאס פארלאנגט טאקע לענ"ד א פארבעסערונג.

איך זע דעם פראבלעם אויך גאר שטארק ביי די וואס שרייבן אויף ענגליש, (וואס איז לדעתי ווערט א אשכול פאר זיך), אבער כ'דענק אז דא רעדט מען פינעם אידישן שרייבעריי.
לעצט פאראכטן דורך אַבּערוואַס אום מיטוואך ינואר 14, 2015 10:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מיטוואך ינואר 14, 2015 10:02 pm

ספעלינג קען מען נישט (אייביג) בלעימען...
אפטמאל, בפרט ביי די נייעס, יאגט מען זיך צו שרייבן, און די אוטו קארעקט [וואס קען נישט קיין אידיש, און לערנט זיך צו שטייטליך] שטעלט אריין ווערטער וואס דו האסט אפי' נישט גע'חלומ'ט צו שרייבן....

און חוץ מזה, אז דו ווילסט זעהן אייוועלט אויסגעהאלטן מיט אלע כללי הדקדוק [כולל ולא מוגבל, ספעלינג, גרעמער, וכו'] זאלסטו;
-מאכן אן אשכול, און געבן וועכענטליכע שיעורים אין דעם פארצווייגטע סוגיא, [וואס אייגענטליך, ווער שטעלט דיר אוועק דיינע כללים, די יסודות איז פשוט, און די וואס יש ויש...?]
-שיקן אן אישי פאר דאס יעניגע, וואס זאל ענהאלטן די טעותים וואס יענער האט געמאכט, און אויך וויאזוי דו וואלסט געשריבן....
אפשר וועט מען דיר אויסהערן....
{די לעצטע, קענסטו אנהייבן מיט מיר...}

ועוד, דו רעדטסט (רעדסט?) פון בחורים "וואס ווי עס שיינט האבן זיי עפעס געהערט אין ישיבה קטנה צווישן די חברים וועגן א פלאץ וואס מען קען "סרייבן" און נאכן אויסגעפינען וויאזוי מען סיינט זיך אויף האבן זיי געלאזט אין גאנג די מיסיע פון בויען זייער ניק, נישט וויסנדיג בחייכון וביומייכון וואס און ווען אייוועלט דארף צו זיין." האלטסט דען נישט אז זיי פארשטייען נישט די קאוד וואס די האסט גענוצט ביי די צווייטע אפציע, א"וו? אדער אפשר ווילסטו דווקא נישט אז זיי זאלן פארשטיין ווייל זיי ברויכן נישט צו שרייבן??

איך שטים נישט, ווייל איך וויל זעהן א דריטע אפציע;
"לאזן שרייבן, אבער מ'זאל זיי שיקן אין אישי זייערע טעותים"

נב מינדערוויכטיגע שינוים זענען געמאכט געווארן ע"פ הערות אחד מאנשי שלומינו, און אויב דאס זענען די פראבלעמען (פראבלעמן?) פון וואס מו"ה שלום אויש הי"ו רעדט, שטייען מיר פיין....
לעצט פאראכטן דורך עין טובה אום מיטוואך ינואר 14, 2015 10:37 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
...

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1170
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » מיטוואך ינואר 14, 2015 10:20 pm

בעפאר איך לייען אדורך אנדערע תגובות וועל איך קאמענטירן. איך האב געשטימט אויף יא, און דער סיבה איז פילפאכיג. ערשטנס עס שטייט נישט אין אונזערע תקנות אז מ'מוז קענען ספעלן, סך הכל האבן זיי א גוטע רצון אבער זיי קענען נישט. ע"פ רוב לערנט מען זיך אויס ספעלן גוט. צווייטנס, אויב נישט לאזן, וועט מען מוזן מעביר זיין אסאך גאר פראמינענטע שרייבערס דא, וואס זייער קול איז הולך וחזק, זייער מיינונג איז זעהר אנגענומען, אבער זייער ספעלן טויג נישט, און איך רעד פון איינפאכע ווערטער, און? ס'גארנישט געשעהן! אמת, איך פארשטיי אלץ א גוטער שרייבער מאכט עס נערוועז אבער נישט יעדער איז פערפעקט, נאר וואס יא? מ'ברויך זיין א מקבל און גרייט זיין זיך צו לערנען ספעלן. דריטנס מיינעך, אז דאס לשון וואס איז בייגעלייגט צום אנקעטע, ברויך זיין מילדער גערעדט, אונזערע שרייבערס זענען נישט קיינע בחור'לעך, און אויב יא? זענען זיי גאנץ פיין פאר די עידזש...

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך ינואר 14, 2015 10:31 pm

שטורעם אין א גלעזל וואסער. אייוועלטס עקזיסטענץ איז אין קיין סכנה בה. קיינער איז נישט געבוירן קענענדיג און דא איז די פלאץ אויפצונעמען און צואווייזן שיינערהייט וואס מ'דארף פאררעכטן. כ'קען ניקס וואס טענה'ן אז זיי זענען שוין דא יארן אבער פון זייערע לשונות איז משמע אז ממש לעצטענס האבן זיי געקריגן די שתי שערות. נו, איז וואס? יעדער איז בארעכטיגט

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מיטוואך ינואר 14, 2015 10:38 pm

געלעגער האט געשריבן: אייוועלטס עקזיסטענץ איז אין קיין סכנה

עכ"פ פון ספעלינג און גרעמער.... :smile:
...

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » מיטוואך ינואר 14, 2015 10:44 pm

מען נעמט מיינע ווערטער אויפן נישט גוטן ריכטונג און ביטע נישט ארויסלערנען זאכן פון מיינע ווערטער וואס איך האב נישט געמיינט.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מיטוואך ינואר 14, 2015 10:47 pm

זיי דיך (דיר?) מבסיר.
...

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9026
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך ינואר 14, 2015 10:52 pm

שלום אויש האט געשריבן:מען נעמט מיינע ווערטער אויפן נישט גוטן ריכטונג און ביטע נישט ארויסלערנען זאכן פון מיינע ווערטער וואס איך האב נישט געמיינט.

קיינער נעמט נישט, מען ליינט אפ וואס דו האסט געשריבן - און וויאזוי - און דאס איז מען דן. וואס דו האסט געמיינט קענען מיר דערווייל נישט וויסן זינט מיר זענען נישט קיינע יודעי מחשבות.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1170
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » מיטוואך ינואר 14, 2015 10:54 pm

עין טובה האט געשריבן:זיי דיך (דיר?) מבסיר.

דיך באווארענט צו שרייבן ריכטיג דיך/דיר אבער "מבסיר"? אבער... לאמיך עס אנקוקן בעין טובה...

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מיטוואך ינואר 14, 2015 10:56 pm

דאס ווערט גערופן א טייפינג טעות.....
(א חוץ אויב פון דעם רעדט הרב שלום, אבער איך ווייס נישט, צוליבן נישט זיין א יודע מחשבות...)
...

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מיטוואך ינואר 14, 2015 11:07 pm

איך בין צופרידן ווילאנג ס'קוקט נישט אויס אזוי....

viewtopic.php?f=21&t=175&start=3050
...

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9026
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך ינואר 14, 2015 11:14 pm

אז דו האסט א פראבלעם אז מען אטאקירט דיר וועל איך דיר זאגן דער שליסל וויאזוי צו זיכער מאכן אז אזאנס פאסירט מער נישט אינעם צוקונפט, אט האסטו צוויי הדרכות פון מיר, נעם עס אן אדער נישט האועווער יו וואנט:

1) די ווילדע אטאקירנדע ווערטער אדער פראזן [אפילו עס איז אויף א מציאות אדער א כלל און נישט דוקא אויף א ניק פערזענדליך], ווי "א סכנה פארן עקזיסטענץ פון אינזער וועלטל" - "עס האט עפעס לעצטענס עקספלאדירט א לאווא אויפשיס" - "און עס האט געלאנדעט דא א פליגער" - "די אמעראצעס האט געשריגן אויף א שרעקליכער פארנעם" - "ממש אומענטשליכע טעותים" - "דאס ברענגט אראפ דער גאנצער ארט", אדער ווי שרייבן אז יעדער וואס קען נישט ספעלן איז ממש א בחור וואס זוכט צו בויען זיין ניק, דאס קלאוזט דער דעבאטע אויפן סעקונדע און עס ווערט אנגעקוקט ווי א משוגע'נער פון שטאט שטייט דא און שרייט טאטערישע ווערטער צו קענען אויסקוקן ווי ער האט א מעכטיגע פאונט.

2) ביים עפענען דעם דעבאטע האסטו געוואוסט וואס דו ווילסט?! ווילסט פלעין און פשוט אז די אלע ניקים - כ'מיין אז רוב פון די שרייבער אויפן וועלטל און אסאך פון די גאר גרויסע ביישטייערער - זאלן פארמאכן זייער קאנטע און אויפהערן שרייבן, אמער שלום אויש האט דאך אליינס אזוי פארלאנגט. דאס איז געווען דיין פלאן? ווען דו וואלסט געעפענט א דעבאטע איבער א נושא וואס האט אן עצה האסטו רעכט, אבער סתם שרייען אויף חברים דא איז זייער נישט אקצעפטירט דא.

נאך איין הערה'לע, איך בין דא פאר ארום צוויי יאר, און איך האב שוין געליינט זייער זייער אסאך אלטע אשכוליות, און עס איז קיינמאל נישט געווען בעסער! סאו גארנישט איז נישט געפאלן און גארנישט באדראעט נישט. אלעס איז ווי אמאל און איינער וואס וויל עס נישט ליינען זאל פארמאכן דער בראוזער...
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דאנארשטאג ינואר 15, 2015 1:40 am

קנאפער, נאט א גרינער
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אלץ ווייזער
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:31 pm

תגובהדורך אלץ ווייזער » דאנארשטאג ינואר 15, 2015 10:05 am

קנאפער ידען האט געשריבן:געשטימט פאר יא, ואסביר:

והשני, עס איז נאך קיינער נישט געבוירן געווארן קענענדיג שרייבן און ספעלן! מען קומט אריין מען שרייבט און מען קאמענטירט און מיט דער צייט לערנט מען זיך אביסל אויס וואס עס גייט פאר מיט דער אידישער שפראך.

דאס וואס איך שרייב ביז יעצט איז אפילו ווען מען רעדט פון שרייבן ארטיקלען וכדו'. על אחת כמה וכמה ווען מען רעדט פון איש את רעהו אדער נייעס, וואס דאן הו קעירס וויאזוי יענעמס ספעלינג איז? עס ברענגט אינפארמאציע אדער העלפט אידן דאן איז דער מקום דא!


איך טו צו שטימען דא מיט קנאפער און וועם גייט באמת אן אז די ספעלינג איז אויף די מינוט נישט גוט אז די עצה אדער אינפא. איז גוט דארף מען זיך באלעקן,
און אן ארטיקל וואס איז נישט הונדערט פראצענט איז אויך גארנישט ווילאנג עס לאזט איבער א שמייכל אדער גאר טרערן איז עס סאפער
און דריטענס איך בין גראדע יא א גוטע שרייבער (אזוי זאגט מען מיר… [נישט דא]) און גאר א שנעלע טייפער אויך און דאך טרעף איך מער ווי איין מאל טעותים אין מיינע ווערטער און איך וועל ענק זאגן אז די צייט ערלויבט מיר נישט פיל מאל דאס ניטאמאל צו פארעכטן ממילא איך שרייב מיינס און שוין איז פארדעם זאל איינער דארפן אויפהערן צו שרייבן?!
און צום לעצט ווי קנאפער האט געזאגט דאס אלעס לערנט מען זיך צו מיט די צייט, אז מען וועט נישט לאזן שרייבן ווי וועט ער זיך לערנען??

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג ינואר 15, 2015 10:23 am

אויף א פארום קומט נישט צו ספעלן גוט. עס איז מעיקרא נישט אזוי אוועק געשטעלט. גרעמער איז וויכטיגער, און זעלבסט פארשטענדליך אז איינער מאכט כראנישע טעותים ווי סאטמאר / סאטמער און עס שטערט איינעם צו שטארק מעג מען יענעם מעורר זיין. אייוועלט בכלל האט מחדש געווען - עכ"פ אין די גוד אלד דעיס - פארשידענע סלענג ספעלינגס, צוזאם כאפן צוויי ווערטער, שרייבן ווי עס הערט זיך נישט ווי מען שרייבט, געשאפן פרישע ר"ת, ענד סאו אן.

(נ.ב. אגב מיר פריוואט גרילצט יא ווען עס איז נישט גוט געספעלט, צ.ב.ש. ווען מענטשן שרייבן גריצעלט אנשטאט גרילצט... כאטש געוויסע דייקנים וועלן אפשר טענה'ן אז גרילצט נוצט מען נאר פארן הערן / רעדן, נישט ווען מען ליינט עפעס וואס גרילצט).

למעשה האלט איך אבער אז ס'איז יא וויכטיג טאקע פאר אייוועלט ספעציפיש יא צו מקפיד זיין אויף די כללי הכתיבה, עכ"פ אין די היסטאריע אפטיילונגען וכדו', זינט אומאפיציעל דינט אייוועלט ווי די רבי פאר אסאך צייטונג און אויסגאבע שרייבער, וואלט געווען גוט אז אגב אורחא וואס זיי דרייען זיך דא און נעמען חומר, זאלן זיי זיך אויסלערנען אביסל די שפראך...
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

קאכעדיגע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

תגובהדורך קאכעדיגע » דאנארשטאג ינואר 15, 2015 10:53 am

קנאפער ;l;p- יישר כח פאר זיך אננעמען פאר די נרדפים..

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4264
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג ינואר 15, 2015 2:29 pm

אלץ ווייזער האט געשריבן:איך טו צו שטימען דא מיט קנאפער און וועם גייט באמת אן אז די ספעלינג איז אויף די מינוט נישט גוט אז די עצה אדער אינפא. איז גוט דארף מען זיך באלעקן,
און אן ארטיקל וואס איז נישט הונדערט פראצענט איז אויך גארנישט ווילאנג עס לאזט איבער א שמייכל אדער גאר טרערן איז עס סאפער
און דריטענס איך בין גראדע יא א גוטע שרייבער (אזוי זאגט מען מיר… [נישט דא]) און גאר א שנעלע טייפער אויך און דאך טרעף איך מער ווי איין מאל טעותים אין מיינע ווערטער {ווי למשל דאס פאלגענדע...} און איך וועל ענק זאגן אז די צייט ערלויבט מיר נישט פיל מאל דאס ניטאמאל צו פארעכטן ממילא איך שרייב מיינס און שוין איז פארדעם זאל איינער דארפן אויפהערן צו שרייבן?!
און צום לעצט ווי קנאפער האט געזאגט דאס אלעס לערנט מען זיך צו מיט די צייט, אז מען וועט נישט לאזן שרייבן ווי וועט ער זיך לערנען??

אלץ ווייזער
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:31 pm

תגובהדורך אלץ ווייזער » דאנארשטאג ינואר 15, 2015 3:50 pm

גערעכטער האט געשריבן:
אלץ ווייזער האט געשריבן:איך טו צו שטימען דא מיט קנאפער און וועם גייט באמת אן אז די ספעלינג איז אויף די מינוט נישט גוט אז די עצה אדער אינפא. איז גוט דארף מען זיך באלעקן,
און אן ארטיקל וואס איז נישט הונדערט פראצענט איז אויך גארנישט ווילאנג עס לאזט איבער א שמייכל אדער גאר טרערן איז עס סאפער
און דריטענס איך בין גראדע יא א גוטע שרייבער (אזוי זאגט מען מיר… [נישט דא]) און גאר א שנעלע טייפער אויך און דאך טרעף איך מער ווי איין מאל טעותים אין מיינע ווערטער {ווי למשל דאס פאלגענדע...} און איך וועל ענק זאגן אז די צייט ערלויבט מיר נישט פיל מאל דאס ניטאמאל צו פארעכטן ממילא איך שרייב מיינס און שוין איז פארדעם זאל איינער דארפן אויפהערן צו שרייבן?!
און צום לעצט ווי קנאפער האט געזאגט דאס אלעס לערנט מען זיך צו מיט די צייט, אז מען וועט נישט לאזן שרייבן ווי וועט ער זיך לערנען??

גוט און גערעכט פארן פעסטשטעלן מיינע רייד….

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10751
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג ינואר 18, 2015 1:11 am

שלום אויש האט געשריבן:איך בין שוין אויף אייוועלט פאר א שיינע עטליכע יאר און זיך ווייקנדיג דא אזוי לאנג האב איך אויפגעכאפט א שטיקל טויש וועלכע איז ממש אין מיינע אויגן א סכנה פארן עקזיסטענץ פון אינזער וועלטל.

אין די בראשית יארן האט געמיינט שרייבן אן ארטיקל א ערנסטע פראצעדור מיט עטליכע טיילענאול אינמיטן ווארום מען האט געטראכט און שוקל געווען יעדעס ווארט וואס מען שרייבט טראכטנדיג וויאזוי עס גוט אראפצוגעבן וכדו און מען האט אין הארץ געהאפט אז די ברייטע אנאליזירער וואס געפונען זיך דא זאלן טרעפן חן אין די ווערטער.
עס האט עפעס לעצטענס עקספלאדירט א לאווא אויפשיס און עס האט געלאנדעט דא א פליגער מיט ניקים וואס ווי עס שיינט האבן זיי עפעס געהערט אין ישיבה קטנה צווישן די חברים וועגן א פלאץ וואס מען קען "סרייבן" און נאכן אויסגעפינען וויאזוי מען סיינט זיך אויף האבן זיי געלאזט אין גאנג די מיסיע פון בויען זייער ניק, נישט וויסנדיג בחייכון וביומייכון וואס און ווען אייוועלט דארף צו זיין.
איך האב אסאך מעורר געווען אין אישי און עס האט זיך געמאכט עטליכע מאל שוין וואס מען האט פארמעקט געוויסע תגובות נאך וואס די אמעראצעס האט געשריגן אויף א שרעקליכער פארנעם.
ממש לעטצענס איז געעפנט געווארן אן אשכול וועלכע האט אויפן "נאמען" פונעם אשכול וועלכע איז געלאפן געהאט עטליכע ממש אומענטשליכע טעותים און דאס איז אזאך וואס מיין ארימער מיינונג איז אז דאס ברענגט אראפ דער גאנצער ארט.
וואס איז אייער מיינונג?

דו האסט דעקונג אויף דעם בולט'ן פאראגראף? ווייל איך געדענק נאך די בראשית יארן, הגם נישט מיט דעם ניק, און איך געדענק נישט אזא זאך.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"


צוריק צו “ברוכים הבאים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט