מיין ברוך הבא עצה פארן נייע ניק

אויפנאמס צימער

אחראי: אחראי

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5686
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

מיין ברוך הבא עצה פארן נייע ניק

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 9:23 pm

האסטעך שוין אמאל געטראפן אין א פרעמדע ביהמ"ד צווישן דעם בלעמער אין די ארון הקודש... נישט וואוסענדיג וואו זיך אהינצוטוהן פאר בושה און פארלוירענקייט? צווישן א עלטערע גרופע יונגעלייט נישט וואוסענדיג וויאזוי צו עפענען דאס מויל?

יעדע פלאץ האט א מאנטעליטעט, א סדר, א געדאנקן גאנג. יעדע געזעמל מענטשן האבן א וועג וויאזוי זיי קאמיוניקירן. די קלוגסטע מענטש וועט זיך נישט געפינען דאס פלאץ אין דער פרעמד אין די ערשטע מינוט. קודם אביסעל פארלוירן, אביסעל פרעמד. ער פארשטייט נישט געהעריג די שפראך און טאן וואס מען רעדט. צוביסלעך געוואוינט מען זיך צו, מען ווערט היימישער און באקוועמער.

אז דו וועסט אריינקומען אין א לאנדאנע שוהל און וואקן מיט'ן אמעריקאנע טעמפא, וועט מען דיר ארויס ווארפן פון פענסטער... און אויב וועסטו דרייוון אין אמעריקא ווי אין לאנדאן... פיר איך נישט אויס...

אייוועלט – אידישע קרעטשמע האט א מענטאליטעט, א שפראך, א טאן, און א ספיד. א גאנג וויאזוי מען באנעמט זיך מיט מענטשן. ווען רעדט מען תורה'דיג און ווען רעדט מען הומאריסטיש, וואו איז מען שטיל און וואו רעדט מען יא. וויפל סמייליס קומט אין א תגובה, און וויפל תגובות קומט אין היימישע פארברענג...

דער קלוגסטע מענטש קען נישט פארשטיין א פלאץ אין איין טאג. אפילו אויב ער האלט אז ער זאגט גארנישט פאני, און זיין תגובה איז היפש אין פלאץ, מוז אבער נישט זיין אזוי.

יעדע נייע ניק – שלאג איך פאר – זאל פארן זיך איינשרייבן, אדער אפילו נאכן זיך איינשרייבן פארן שרייבן, מאכן זיין אייגענע עקספערימענט.

גיי צו א אשכול און טראכט 'וויאזוי וואלט איך רעאגירט דא' און דערנאך... "שרייב נישט"!

אזוי אפאר מאל. מינעמום צוויי דריי טעג און בעסער איז א וואך.

נאכן זעהן אז דו פארשטייסט שוין אביסעל וואס טוט זיך, און די שפראך וואס מען רעדט דא. ביסטו וועלקאם מיט ביידע הענט און פיס! ווילאנג דו נוצסט עס נישט צו אטאקירן...


החותם בברכת "ברוכים הבאים"
המסתתר בניקו, ענדע צדיק!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2588
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 9:56 pm

Pinned אלערט!!!!
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 10:09 pm

זאגסט דאך אזוי שיין ענדע צדיק, יעצט דארף מען נאר זעהן אז די נייע (איי)ניקלעך זאלן דאס זעהן, איידער זיי צופירן זיך די הענט

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 10:58 pm

לאמיך טראכטן, וואס וואלט איך קאמענטירט דא?
אה, אקעי, כ'ווייס שוין, דערווייל שרייבעכעס נישט..
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 11:06 pm

ברויך מען מאכען א "סענדבאקס" אפציע.... וויאזוי וועלעך געדענקען וואס כ'האב געוואלט שרייבן וואו?

געפעלט מיר די איידיע וואס דו זאגט! ווי די קאמפאניס וואס ווילען אויסלערנען טרעידן סטאקס, באקומט מען א סכום געלט, מען אינוועסטירט, מען לייגט אריין מען נעמט ארויס וכו' וכו', און סוף וואך זעהט מען צו די סטראטעגיע האט געארבייט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3769
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » פרייטאג נובעמבער 07, 2014 12:11 am

לכתחילה,פשוט,מען זאל עס סעיווען אלס דרעפט און נאך א וואך (צו מער ) וועלען זיי ארויסלאזען די מאנקיס פון קעידזש.....
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג נובעמבער 07, 2014 12:14 am

א גראם מיט טעם האט געשריבן:לכתחילה,פשוט,מען זאל עס סעיווען אלס דרעפט און נאך א וואך (צו מער ) וועלען זיי ארויסלאזען די מאנקיס פון קעידזש.....

איך האב פארשטאנען, אז זיי זאלן ביי זיך וויסען וואס זיי האבן געוואלט שרייבן. קורן למעשה וואס דער עולם האט געשריבן, צו באקומען די "פילינג" צו זייער מהלך המחשבה, איז ווי די אטמאספערע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3769
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » פרייטאג נובעמבער 07, 2014 12:17 am

איז אדרבה, נאך א וואך וועלען זיי איבערקוקען די דרעפטס און פארעכטען אויב עס פעלט זיך אויס
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11387
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג נובעמבער 07, 2014 1:24 am

איך האב אן אנדערע עצה פאר די נייע ניקס וואס ווילן זיך שנעל שפירן היימיש: עפנט אויף עטליכע ניקס אויפאמאל, און כאפט א שמועס...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג נובעמבער 07, 2014 8:28 am

לכאורה האט געשריבן:איך האב אן אנדערע עצה פאר די נייע ניקס וואס ווילן זיך שנעל שפירן היימיש: עפנט אויף עטליכע ניקס אויפאמאל, און כאפט א שמועס...

וכן נוהגין, שרייבן מאנכע צו

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » פרייטאג נובעמבער 07, 2014 9:22 am

לכאורה האט געשריבן:איך האב אן אנדערע עצה פאר די נייע ניקס וואס ווילן זיך שנעל שפירן היימיש: עפנט אויף עטליכע ניקס אויפאמאל, און כאפט א שמועס...

פארוואס אפערן די סעלפאון קאמפעניס א פלען פון צוויי פאון'ס, ממה נפשך, דארף דער מענטש צוויי טעלעפאנען העט ער דאך עס ממילא קויפן, אויב דארף ער עס נישט פארוואס אין דער וועלט זאל ער באצאהלן פאר אנדערהאלבן סעלפאון ווען ער דארף נאר איינס?!

נא ווער ווייסט?!




ס'איז געמאכט פאר בחורים וואס האבן נישט ווער ס'זאל זיי קאלן אויפן סעלפאון, סאו פון איין סעלפאון האט גארנישט, קויפט מען צוויי, און מען קאלט זיך אליין...........

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5686
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » פרייטאג נובעמבער 07, 2014 9:36 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
א גראם מיט טעם האט געשריבן:לכתחילה,פשוט,מען זאל עס סעיווען אלס דרעפט און נאך א וואך (צו מער ) וועלען זיי ארויסלאזען די מאנקיס פון קעידזש.....

איך האב פארשטאנען, אז זיי זאלן ביי זיך וויסען וואס זיי האבן געוואלט שרייבן. קורן למעשה וואס דער עולם האט געשריבן, צו באקומען די "פילינג" צו זייער מהלך המחשבה, איז ווי די אטמאספערע.

טאקע נישט געמיינט אז מען זאל עס פאקטיש סעיווען. איך האלט אז דאס איז די אייציגע און בעסטע וועג, אז די נארמאלע ניקס זאלן אריינקומען דא בדרך כבוד. און די אנדערע וועלן האפענטליך כאפן שוין ביים אנהייב אז זיי זאלן זוכן א פלאץ ערגעץ אין הארלעם פאר גראפיטי..
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3769
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » פרייטאג נובעמבער 07, 2014 9:53 am

קען מען אנשטעלען די סיסטעם אז א נייע ניק זאל שרייבען בלויז צען תגובות דעם ערשטען חודש און דערנאך זיין מוסיף והולך ווי דער צייט גייט פארביי, אזוי ווען ער קען שוין שרייבען טויזענט א וואך עט ער שוין נישט האבען די אפעטיט דערפאר.....
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2639
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

מיין (ברוך הבא) עצה פארן (נייע) ניק

תגובהדורך נחוניא » פרייטאג נובעמבער 07, 2014 10:14 am

זייער גוט געשריבן!
איין גרויסע הערה. עס איז נישט נאר א ברוך הבא עצה פארן נייע ניק, עס איז וויכטיג פאר יעדע ניק, אפילו איינער וואס האט שוין געשליידערט איבער טויזענט תגובות...

פארפלאגט
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 12, 2015 8:18 pm
לאקאציע: ווי נישט?!

תגובהדורך פארפלאגט » דינסטאג ינואר 13, 2015 8:47 pm

א גראם מיט טעם האט געשריבן:קען מען אנשטעלען די סיסטעם אז א נייע ניק זאל שרייבען בלויז צען תגובות דעם ערשטען חודש און דערנאך זיין מוסיף והולך ווי דער צייט גייט פארביי, אזוי ווען ער קען שוין שרייבען טויזענט א וואך עט ער שוין נישט האבען די אפעטיט דערפאר.....

שוין זיך איינגעשריבען (געפושט געווארן דורך א גוטע חבר) איןןן ס'איז זייער שרעקעדיג וויאזוי מ'באנעמט זיך דא צי א נייער מתפלל.... :?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג ינואר 13, 2015 8:50 pm

פארפלאגט האט געשריבן:
א גראם מיט טעם האט געשריבן:קען מען אנשטעלען די סיסטעם אז א נייע ניק זאל שרייבען בלויז צען תגובות דעם ערשטען חודש און דערנאך זיין מוסיף והולך ווי דער צייט גייט פארביי, אזוי ווען ער קען שוין שרייבען טויזענט א וואך עט ער שוין נישט האבען די אפעטיט דערפאר.....

שוין זיך איינגעשריבען (געפושט געווארן דורך א גוטע חבר) איןןן ס'איז זייער שרעקעדיג וויאזוי מ'באנעמט זיך דא צי א נייער מתפלל.... :?

עס איז א כמים פנים אל פנים... וויאזוי דו באנעמסט זיך באנעמט מען זיך צו דיר...

שלום וברכה הרב פארפלאגט. כ'האף אז דא וועט מען דיר קענען העלפן אז דו זאלסט נישט זיין אזוי פארפלאגט מער...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5686
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג ינואר 13, 2015 8:58 pm

פארפלאגט האט געשריבן:
א גראם מיט טעם האט געשריבן:קען מען אנשטעלען די סיסטעם אז א נייע ניק זאל שרייבען בלויז צען תגובות דעם ערשטען חודש און דערנאך זיין מוסיף והולך ווי דער צייט גייט פארביי, אזוי ווען ער קען שוין שרייבען טויזענט א וואך עט ער שוין נישט האבען די אפעטיט דערפאר.....

שוין זיך איינגעשריבען (געפושט געווארן דורך א גוטע חבר) איןןן ס'איז זייער שרעקעדיג וויאזוי מ'באנעמט זיך דא צי א נייער מתפלל.... :?

קודם שלום לך!

דו דאזיגע אשכול איז געווידמעט פאר אייער טובה, אויב וועט איר נישט פארשטיין די מושגים וואס ווערן דא געשמועסט, קען מען אייך טאקע אויפנעמען זייער נישט שיין... אדרבה פרובירט...

יהא בואך לשלום!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

פארפלאגט
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 12, 2015 8:18 pm
לאקאציע: ווי נישט?!

תגובהדורך פארפלאגט » מיטוואך ינואר 14, 2015 8:26 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:קודם שלום לך!

דו דאזיגע אשכול איז געווידמעט פאר אייער טובה, אויב וועט איר נישט פארשטיין די מושגים וואס ווערן דא געשמועסט, קען מען אייך טאקע אויפנעמען זייער נישט שיין... אדרבה פרובירט...

יהא בואך לשלום!

העמיר זיין שטיל אין זעהן וויאזוי מען דארף זיך אויפירן דא...

אוועטאר
פינטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:44 am
לאקאציע: סארי, כ'וועל זיין צוריק ביז אפאר מינוט...

תגובהדורך פינטל » מאנטאג אפריל 13, 2015 11:42 pm

סעהאטמיר אריינגעבליצט אין קאפ א שטיקעלע געדאנק, אולי מען וואלט געקענט מאכן אזא טרייעל/פריוויוא אז נייע באנוצערס זאלן בלויז קענען שרייבן אין געוויסע אשכולות פאר די ערשטע לאמיר זאגן צוואנציג תגובות, און דערנאך וועט די הנהלה באשלוסן צו זיי פאסן אריין אין אונזער וועלטל דא.

פליז, בבקשה, ביטע מיר נישט אויסלאכן/אוועקמאכן, כהאב נאר געטראכט...
אייביג צום פינטל...

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4987
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג אפריל 13, 2015 11:48 pm

פינטל האט געשריבן:סעהאטמיר אריינגעבליצט אין קאפ א שטיקעלע געדאנק, אולי מען וואלט געקענט מאכן אזא טרייעל/פריוויוא אז נייע באנוצערס זאלן בלויז קענען שרייבן אין געוויסע אשכולות פאר די ערשטע לאמיר זאגן צוואנציג תגובות, און דערנאך וועט די הנהלה באשלוסן צו זיי פאסן אריין אין אונזער וועלטל דא.

פליז, בבקשה, ביטע מיר נישט אויסלאכן/אוועקמאכן, כהאב נאר געטראכט...


עס וועט אויך ארבייטן למפרע? דיינע ערשטע 20 תגובות וועט מען פריש איבערקוקן?...
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
פינטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:44 am
לאקאציע: סארי, כ'וועל זיין צוריק ביז אפאר מינוט...

תגובהדורך פינטל » מאנטאג אפריל 13, 2015 11:50 pm

נא_שכל האט געשריבן:
פינטל האט געשריבן:סעהאטמיר אריינגעבליצט אין קאפ א שטיקעלע געדאנק, אולי מען וואלט געקענט מאכן אזא טרייעל/פריוויוא אז נייע באנוצערס זאלן בלויז קענען שרייבן אין געוויסע אשכולות פאר די ערשטע לאמיר זאגן צוואנציג תגובות, און דערנאך וועט די הנהלה באשלוסן צו זיי פאסן אריין אין אונזער וועלטל דא.

פליז, בבקשה, ביטע מיר נישט אויסלאכן/אוועקמאכן, כהאב נאר געטראכט...


עס וועט אויך ארבייטן למפרע? דיינע ערשטע 20 תגובות וועט מען פריש איבערקוקן?...

נאו נאו... פון יעצט...
אייביג צום פינטל...

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » מאנטאג אפריל 13, 2015 11:50 pm

נאך בעסער לדעתי אז יעדער שרייבט באלד איבעראל. די וועלכע האבן נישט קיין געהעריגן קאנטראל ברעכן געווענליך אויס באלד אין אנהייב, אזוי ארום דרייען זיך ווייניגער תגובות ארום אן א קאפ
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)


צוריק צו “ברוכים הבאים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט