בלאט 1 פון 11

הצעות פאר'ן "יעצטיגן" קרעטשמע!

געשריבן: פרייטאג פאברואר 28, 2014 1:31 pm
דורך לכתחילה אריבער
כ'וואלט געוואלט פארשלאגען א שטיקל פלאן.

היות די סייט וואקסט ב"ה אין די לענג און אין די ברייט, און עס קומען צו נאך און נאך נייע שרייבער, טייל געשמאקע, טייל פארעווע און טייל ...... שוין. וואלט איך צוגעלייגט א קנעפל צו יעדע תגובה - ענדליך צו די "באריכט" קנעפל - וואס זאל מעלדן די הנהלה אויב מען געפינט די געוויסע תגובה "פראוואקעטיוו", פראבלאמאטיש.

א שרייבער וואס א חלק ניכר פון זיינע תגובות, ווערן דורך א געוויסע מספר שרייבער - לאמיר זאגן 10 שרייבער - באריטעד אלס פראבלאמאטיש אדער אפי' אלס פראוואקעטיוו, זאל באקומען א וואורענונג, און אויב עס ווערט נישט קיין טויש, זאל מען אים שיינערהייט ווייזן די טיר!!

איינער וואס זיצט דא סתם אויפצורעגן דעם עולם, אדער נאך ערגער צו מאכען סעמאטוכעס און אראפ ברענגען די ניווא און אטמאספער פון אונזער סייט, זאל זיך געזונטערהייט טרעפען אינדרויסן.

געשריבן: פרייטאג פאברואר 28, 2014 1:38 pm
דורך תרנגול
וואס איז שלעכט מיט די 'באריכט די הודעה' קנעפל?

געשריבן: פרייטאג פאברואר 28, 2014 1:42 pm
דורך געלעגער
לכתחיחה די סיסטעם ארבעט אקוראט ווי דו זאגסט. נאכן באריכטן אפאר מאל א ניק גיט מען אים א ווארענונג. נאך דריי ווארענונגען ווייזט מען אים די דלת

געשריבן: פרייטאג פאברואר 28, 2014 1:48 pm
דורך אייער_קיכל
וויאזוי שטייט אין פסוק? ואת האנשים הכו בסנוורים... וילאו למצוא הפתח... מ'ווייזט זיי די וועג ארויס, אבער זיי טרעפן עפעס נישט די טיר...

געשריבן: פרייטאג פאברואר 28, 2014 1:58 pm
דורך לכתחילה אריבער
תרנגול האט געשריבן:וואס איז שלעכט מיט די 'באריכט די הודעה' קנעפל?

באריכט איז מער א "שטרענגע" זאך. איינער וואס שרייבט עפעס נישט אויסגעהאלטן אדער שטארק פראוואקעטיוו. איינער וואס "קרררריכככט" דעם עולם אויף די נערווען, אבער געט שטארק אפבאכט נישט צו טרעטן צו נאנט, נאר ממש ביים שפיץ גרעניץ, קען מען נישט אלס "אנכאפן" ווי ער שרייבט נישט גוט, אבער בסך הכל מאכט ער אימוטיג.

געשריבן: מוצ"ש מארטש 01, 2014 11:36 pm
דורך יוסף שרייבער
איך בין מיט הרב המרקד.

געשריבן: מוצ"ש מארטש 01, 2014 11:42 pm
דורך בנחיים_שמואלסאן
איך בין מיט רב יוסף

געשריבן: זונטאג מארטש 02, 2014 12:13 pm
דורך רב טקסט
וואס פארשעמסטו מיך ברבים

# נער גיי ארויס פון מקוה

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 1:46 pm
דורך עקסעס
איך זיך א מעגליכקייט צו פרינטען א גענצע אשכול אויפאמאל.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 2:10 pm
דורך ידיד
עקסעס האט געשריבן:איך זיך א מעגליכקייט צו פרינטען א גענצע אשכול אויפאמאל.

viewtopic.php?f=2&t=14310

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 2:59 pm
דורך מיסטעריעז
מ‎'‎זאל‎ ‎קענען‎ ‎סעלעקטן‎ ‎אשכּולות‎ ‎וואס‎ ‎זאלן‎ ‎אייבּיג‎ ‎זיין‎ ‎געמארקט‎ ‎ווי‎ ‎געליינט‎!‎

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 4:06 am
דורך שלום אויש
עקסעס האט געשריבן:איך זיך א מעגליכקייט צו פרינטען א גענצע אשכול אויפאמאל.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 8:41 am
דורך ידיד
ידיד האט געשריבן:
עקסעס האט געשריבן:איך זיך א מעגליכקייט צו פרינטען א גענצע אשכול אויפאמאל.

viewtopic.php?f=2&t=14310

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 4:51 pm
דורך ידיד
עס דארף ווען זיין אז ווען מען דרוקט אויפן הויפט בלאט "פארצייכן אלע הודעות ווי גלייך עס איז שוין געליינט" זאל דער סיסטעם פרעגן "זענט איר זיכער אז איר ווילט אלעס פארצייכענען ווי געליינט?" און מען זאל דארפן אויסוועלן יא אדער ניין, כדי צו פארמיידן ווייטאגליכע טעותים.

איך האב מיך געהאט אנגעזאמלט שווערע הונדערטער אומגעליינטע אשכולות וואס צו פילע פון זיי האב איך נאך געוואלט אנקומען עס דורכצוליינען, און יעצט האב איך בטעות געדרוקט דעם אויבענדערמאנטן טרויעריג בארימטן קנעפל.. און אלעס איז אוועקגעפלויגן. יעצט בינעך ריין כקטן שנולד... :-(

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 5:00 pm
דורך יאנקעלע קליגער
פארוואס האסטו געטראכט אז אויב ביז היצט ביזטו עס נאכנישט אנגעקומען צו ליינען וועסטו מיט די צייט יא קענען?
האסט געפלאנט צו פארשאפען נאך א פאר שעה א טאג?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 5:05 pm
דורך ידיד
איך האב געליינט צוביסלעך, ווען כ'האב געהאט אביסל צייט.
היינט אליינס האב איך שוין געהאט אראפגערוקט א שיין ביסל דערפון, ביז ס'איז ליידער געשען די טראגעדיע..

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 5:08 pm
דורך יוראפ
המקום ימלא חסרונך

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 5:08 pm
דורך יאנקעלע קליגער
שוין ווי זאגט מען נאר
נחום מנחם אסתר

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 5:08 pm
דורך חיים משה
ידיד האט געשריבן:יעצט בינעך ריין כקטן שנולד... :-(

געוואלדיג, דזשאסט אין טיים, אבי דו רעדסט זיך אפ.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 5:21 pm
דורך לכאורה
ידיד, איך האב עטליכע עצות פאר דיר:
1) סיין אריין מיט דיין אנדערע ניק
2) סיין אריין מיט מיין אנדערע ניק
3) זוך נאר אויף אלע מיינע תגובות וואס דו האסט פארפאסט... אלעס אויסערדעם איז אומאינטערסאנט סייווי...

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 5:23 pm
דורך ידיד
איך וועל אויס אפציע 2. אהער מיטן פעסווארד!

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 5:32 pm
דורך שנאפס

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 12, 2014 4:55 pm
דורך יענקעלע
איך טראכט אז עס וואלט געמעגט זיין א אפשען ביי פרעפרענצן די דעיט אויסשטעל אויפן אידישן חודש למשל 'מיטוואך י"ט חשון תשע"ה 4:55 pm'

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 22, 2015 12:01 pm
דורך מיסטעריעז
מ'זאל טוישן פון "פבואר" צו "פברואר" (נאך איידער די חודש פאנגט זיך אן...).
נאך שענער וועט זיין ווען מ'וועט איבערשרייבן די אלע נעמען מיטן אידישן אויסלייג.


און דאס חזר איך איבער:
מיסטעריעז האט געשריבן:מ‎'‎זאל‎ ‎קענען‎ ‎סעלעקטן‎ ‎אשכולות‎ ‎וואס‎ ‎זאלן‎ ‎אייביג‎ ‎זיין‎ ‎געמארקט‎ ‎ווי‎ ‎געליינט‎!‎

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 22, 2015 12:31 pm
דורך קנאפער ידען
נישט פעברואר?