בלאט 3 פון 6

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 11:58 pm
דורך וויכטיג מאכער
העלאו! סינייעס?

די מעשה איז אזוי... די נייע סייט איז אין פולען פראסעס... אין פאקט ארבייט מען אויף אויף 2 באזונדערע מהלכים... למעשה האט ארענדאר באשלאסן אויסצוטרייען א סימפל מאובייל ווערזשן... סאט פריער אויסגעקוקט ווי ס'גייט נישט טויגן, למעשה האט מען אפאר געטוישט אפאר קליינעקייטן און ס'ארבייט שוין כמעט גוט... ס'גייען נאך קומען ממש אפאר קליינע טוישונגען, אבער רוב גייט מען אפילו נישט זעהן...

אויב איז דא עפעס וואס מוז קריטיש געפיקסט ווערן זאל מען מעלדן פאר מיר אדער שרייבן דא אינעם אשכול... אויב איזעס נישט אזוי וויכטיג איז בעסער נישט צו באדערן דערוועגן... לאמער נישט וועיסטן קיין צייט פאר טעמפארערי זאכן...

און אויב איינער פיהלט אז ער קעניש אויסהאלטן די יעצטיגע ווערזשן קעמען עניטיים צוריקטוישן צו די ביז-יעצטיגע, געהעריגע סייט...

די נייע סייט וועט אי"ה קומען מיט א מאבייל ווערזשן, און א מאובייל עפ... ארענדאר דארף ב"ה נישט קיין הילף מיטן בויען די סייט, אבער אן אפיניען פון אפאר טעכניקער קענעך באשטיין צו הערן, סאו ווער ס'איז אביסל באקאנט אין די ענינים ווערט געבעטן מיט צו אימעילן דערוועגן...

ווען די נייע סייט גייט זיין? איין באשעפער ווייסט, ס'קען זיין סעט נאך נעמען א וואך, און מעגליך א חודש אדער צוויי...

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 12:06 am
דורך קעניגזאן
מען ווערט זייער צומישט אויף די מאביל ווערסיע. מיין אפיניען איז בלייבט מיט די ארגינעלע סייט אויפן מאביל.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 12:09 am
דורך קנאפער ידען
וויכי: וויאזוי קען מען צוריקטוישן צום געהעריגע סייט אויב מ'וויל?

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 12:11 am
דורך ידיד
גאנץ אינטן איז דא א קנעפל;

"Switch to full style"

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 12:14 am
דורך קעניגזאן
עס צומישט אביסל, מען קען שווער כאפן די אפטיילונגען.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 12:19 am
דורך וויכטיג מאכער
דאס אז ס'צומישט איז נישט אזוי געפערליך... צו יעדע זאך דארף מען זיך צוגעוואוינען... אויב דו ווילסט קענסט צוריקטוישן צו פול סייט, און צוביסלעך, יעדן טאג אביסל זיך צוריקטוישן...

מיינט דאס אז מ'גייט נישט טרייען צו פארבעסערן? זיכער אז נישט! אויף די פיינעל ווערסיע וועט מען פראבירן צו מאכן די מערסטע באקוועם וואסי שייך... אבער אפילו אויף די בעסטע מאוביל ווערזשן וועסטו זיך דארפן צוגעוואוינען...

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 12:46 am
דורך thefact
טעסט

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 12:49 am
דורך thefact
זעהט אויס געוואלדיג אויפן ערשטן בליק,
אפשר וועט מען זיך אביסל מער זעהן צוריק,

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 1:05 am
דורך קנאפער ידען
וואו איז דער אפציע צוריקצוטוישן? איך זע עס נישט!

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 1:11 am
דורך משזר
די ערשטע מאל וואס איך וויזיט אייוועלט פון מיין נייע פאון מילא ווייס איך נישט וויזוי סהאט אויסגעזעהן פארדעם, אבער דעס איז היבש קיעל.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 1:16 am
דורך קנאפער ידען
משזר האט געשריבן:די ערשטע מאל וואס איך וויזיט אייוועלט פון מיין נייע פאון מילא ווייס איך נישט וויזוי סהאט אויסגעזעהן פארדעם, אבער דעס איז היבש קיעל.

פארדעם איז עס געווען דער זעלביגער ווי דער דעסקטאפ סייט, איי וועסטו פרעגן וואו האט עס געפיט אויפן קליינער טעלעפאן סקרין? דער תירוץ - קענסטו זען פון דערעולם'ס שמחה - ס'איז טאקע געווען צרות...

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 1:25 am
דורך לכתחילה אריבער
משזר האט געשריבן:די ערשטע מאל וואס איך וויזיט אייוועלט פון מיין נייע פאון מילא ווייס איך נישט וויזוי סהאט אויסגעזעהן פארדעם, אבער דעס איז היבש קיעל.

מזשר איז יעצט אריין געקומען צום ערשטן מאל מיט זיין נייע פאון! און האט זיך אויסגעדרוקט התפעלות איבער די נייע סייט. ווי פאסיג איז אז די תגובה איז געווען זיין 2222'טע!

ביי אונז אין קעמפ פלעגט מען זינגען "2-4-6-8 הו דו ווי עפרישיעט - און דא פלעגט מען שרייען - "פלוני"!!! נא איז דאך גאר שיין! 2+2+2+2 = 2-4-6-8! נא "הו דו ווי עפרישיעט"? לאמיר אלע שרייען "ארענדאר"!!!

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 5:28 am
דורך אלטן דור
מייקראסאפט האט געשריבן:זעהט אויס ווי מען שפיעלט זיך ארים, איך האף עס איז נישט די רוסישע העקערס...

פריער איז דאס געווען אויף יעדע בלאט

דרך אגב וועלכע שיינע פראגראמס פארמאגסטו דארטן?

Re: אייוועלט מאביל סייט‎

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 6:51 am
דורך קנאפער ידען
פארוואס ברויך מען דריקן דריי מאל אויפן אונטערשטן # אז עס זאל ארויפקומען דער פעידזש מעניו?

Sent from my SPH-L300 Using ForumTouch for Android

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 7:25 am
דורך private
כ׳קען מיך זיך נישט איינהאלטען סאררי כ׳מיז נאכעמאל זאגן thank you מאסיווע ארבעט שיין

אייוועלט מאביל סייט‎

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 7:45 am
דורך derech eretz
private האט געשריבן:כ׳קען מיך זיך נישט איינהאלטען סאררי כ׳מיז נאכעמאל זאגן thank you מאסיווע ארבעט שיין

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 8:59 am
דורך געלעגער
געעפענט א באזונדערע אשכול צו באריכטן פראבלעמען.viewtopic.php?f=1&t=21457

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 9:00 am
דורך farshlufen
שנאפס האט געשריבן:יישר כח ארענדער

*געשריבן דורך די מאביל סייט

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 10:30 am
דורך מכטי1
זעהט אויס זייער שנעל און גוט, איך מיין מ'דארף זיך פשוט צוגעוויינען און ס'וועט זיין גוט...
ישר כוח פאר די מאחורי הקלעים....

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 11:57 am
דורך derech eretz
אויב האט איר א ענדרויד מיט א פארשפארטע בראוזער, דאנלאוד דעם APK צום פאון, וועט איר הנאה האבן פון א געשמאקע אייוועלט עפפ, יעצט מיטן מאביל סייט, איז עס ממש ווי א געהעריגע עפפ!
https://copy.com/SRB3pW8ITN1I

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 1:55 pm
דורך סביב העולם
א שאלה איז צו ס'איז פיין, זעהט מען נישט אלט-ניי פנימ'ער זיך צוריק באווייזן דא?!
א גראבע גראבע שכח פאר די אלע וואס האבן געארבעט שווער דערפאר (מען זאגט דאך אונז נישט אלעס אויס)

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:44 pm
דורך קעניגזאן
אזוי ווי איך גלייך נישט די מאביל ווערסיע, עס איז א שרעק, אלעס צופאטשקעט און צומישט, און איך זיך אלס צוריק צוגיין צו די ארגינעלע סייט, אבער די אפציע איז נישטא. ביטע פארעכט אז מען זאל איבעראל קענען צוריק סוויטשען. עס קען מיר נעמען 10 מינוט צו דערווישן דעם סוויטש קנעפל. א דאנק.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 3:06 pm
דורך חיים ושלום
מאביל ווערסיע A-1
איך טרעף נאר נישט "זוך אקטיווע אשכולות"

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 3:24 pm
דורך private
דריק אויף דעם זיך גלאז

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 3:25 pm
דורך חיים ושלום
יישר כח