איי וועלט: וואס? ווען? וואו? ווער? ווי אזוי?

אויפנאמס צימער

אחראי: אחראי

ווילסטו אויך אן הסבר? פילסטו דיר אויך א שטיקעל גרינער?

די וואלן האבן זיך פארמאכט פרייטאג מארטש 25, 2016 12:48 pm

יא
53
63%
ניין
31
37%
 
סך הכול שטימען: 84

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

אפיל

תגובהדורך לוי יצחק » זונטאג יוני 30, 2013 6:48 pm

פאר אלע נייע און אלט-געזעצענע.
איינער האט זיך אנגעטראגן אין אישי צו מאכן א "אייוועלט פאר דאממיס"
אלע פראגן וואס קענען געפרעגט ווערן זאל מען ביטע אנפרעגן.

כ'על נישט ווארטן לאנג...
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » זונטאג יוני 30, 2013 6:49 pm

איך בין מיט דיר, הגם איך האלט אז איינער וואס דרייט זיך דא א שטיק צייט זעהט שוין אליינס מער וויינגער וואז דא טיצעך... אבער עס וואלט געווען א גיטע זאך אז ווען מען סיינט זיך אויף, זאל מען נישט באקימען די העברעישע אימעל נאר א ווארימע היימישע אימעל, מיט בעסיק אינסטראקציעס, וואס אין וויאזוי די סייט ארבעט, לינקס פאר די בעסיק העלפ, אין טעסטינג פלעצער ווי ער קען זיך ארים שפילען מיט די נייע סייט אין אויסטרייען אויב ער פארשטייט אלעס, אין איך וואלט ציגעלייגט אויך אן אימעל אדרעעס וואס ער קען זיך ווענדען צי פאר איעדע קלייניקייט, אזוי וועט עס העלפן אז נייע באניצער זאל זיך שנעל פילען באקוועם אין פין די אנדערע זייט נישט שטערן די ציבור וואס איז שוין באקוועם דא.

אסאך מאל מיט קלייניקייטען קען מען איינעם שטארק מקרב זיין...

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » זונטאג יוני 30, 2013 6:52 pm

עס איז מיר נישט שווער ב"ה גארנישט, אבער אויב מיינסטי נייע באניצער לערן אויס די בעסיק, ווי אזוי מען אטטעטשט א פיקטשער, ווי אזוי מען ציטירט, וויאזוי מען לינקט צי א פאוסט דערעקלי, אהההה אין א שיעור אויף פארגעשריטענע זיכעניש וואלט געווען א גיטע זאך.
אויב האסטי צייט קענסטי מסבר זיין אלע אריינגעגעסענע קרעטשמע לשונות, דארפס א ליסט?

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » זונטאג יוני 30, 2013 6:53 pm

צוגעלייגט ווי אזוי צום קעפל
קרעדיט: גוגל אין אישי...

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » זונטאג יוני 30, 2013 6:53 pm

מייקראסאפט, פארסט גוט.
עניבאדי עלס?
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » זונטאג יוני 30, 2013 6:55 pm

מייקראסאפט האט געשריבן:עס איז מיר נישט שווער ב"ה גארנישט, אבער אויב מיינסטי נייע באניצער לערן אויס די בעסיק, ווי אזוי מען אטטעטשט א פיקטשער, ווי אזוי מען ציטירט, וויאזוי מען לינקט צי א פאוסט דערעקלי, אהההה אין א שיעור אויף פארגעשריטענע זיכעניש וואלט געווען א גיטע זאך.
אויב האסטי צייט קענסטי מסבר זיין אלע אריינגעגעסענע קרעטשמע לשונות, דארפס א ליסט?

פאר די אלע זאכן איז דא עקסטערע אשכולות, א מפתח אינעם ברוכים הבאים פארום וואלט געסאלווד דעם פראבלעם.

אבער אן ארויפגעקלעבטע אשכול מיט די ביאגרעפיע פון אייוועלט וואלט יא געווען א גוטע זאך.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » זונטאג יוני 30, 2013 7:09 pm

דעס זאג איינמאל איינער איז שוין דא ווייסט ער שוין אלעס אין אלעס האט אן אשכול פאר זיך, אבער א גרינער ווען ער קימט אריין פארשטייט ער צים ארויפגעקלעפטען אשכול ווי איך צי סאשי...
וועגן דעם האלט איך דאס בעסטע וואלט געווען אן אימעל ווען מען נעמט אים אן מיט אלע וויכטיג לינקס, אדער צי לוי יצחק'ס 'אייוועל פאר דאממיס' אויסגאבע...

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » זונטאג יוני 30, 2013 7:11 pm

טו מעיק איט סימפל,ווען איינער סיינט זיך אויף זאל ער באקומען צוויי לינקס
א לינק צו די אשכול פון אייוועלטס ביאגראפיע.
א לינק צו די מפתח פון די ברוכים הבאים/הילף פארום.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21895
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג יוני 30, 2013 7:54 pm

אויף ענגליש איז דא א סעיאינג "יו קענט טיטש עי טשיילד טו רייד עי בייק ביי עי סעמינאר"... (מ'קענישט אויסלערנען א קינד דרייוון א בייק ביי א סעמינאר)

ס'איז זייער שווער מסביר צו זיין פאר א נייע מענטש די חילוק צווישן דזשורנאל און קרעטשמע, קרעטשמע פארברענגען... מ'דארף דאס מיטלעבן א שטיק צייט צו פארשטיין! ווידער די חילוק צווישן זכור ימות עולם און ולאחיו יאמר חזק דארף מען זיין בלינד נישט צו פארשטיין... סאו וואסי שייך א הסבר?

תקנות איז דא אשכולות, און ס'איז באהאפטן אין יעדן פארום...

וואס נאך?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » זונטאג יוני 30, 2013 8:46 pm

ביסט גערעכט אין פארמיר מיינעך איז כמעט אלעס געווען קלאר פין אנפאנג אן.
אבער אסאך מאל שיק איך פאר א חבר דא דארט א לינק פין דא, אין שוין צירוק געהערט פין אפאר חעברע אז זיי ווייסען נישט וואס מען וויל פין זיי... געווענליך איז עס פין מענטשען וואס זענען ניי צים געוועב.

אזא אייוועלט פאר דאממיס קען נישט ערגער מאכן, אבער וואס איך מיין אז עס מיז געפיקסט ווערן זאפארט איז די היברעישע אימעלס וואס ארענדער שיקט ביים זיך אויפסיינען, אין און אנדערע געלעגנהייטען...

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11148
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג יוני 30, 2013 8:53 pm

היימישע קרעטשמע איז א פרייע אפענע מעסעדש באורד וועב-סייט פאר היימישע יודיש רעדנדיגע מענטשן, די אינהאלט דערפון איז געשריבן אויף א פרומע פרינציפ. קיין שום קאנטראווערסיעלע ענין, פאליטיק, מחלוקת, פון די היימישע וועלט, ווערט נישט און איז נישט ערלויבט צו דיסקוסירן. אלעס ווערט געשריבן אויף א הומאריסטיש און גוט געלוינטע שפראך און אין די זעלבע צייט האלט עס אן די ערענסקייט פון אידישקייט און קיין שום לצנות אויף מסורה אדער אידישקייט איז ערלויבט, אדרבא איינע פון די מאטא'ס פון די וועב-סייט איז צו ארויסברענגען ווי גוט און געשמאק עס איז צו זיין א תורה טרייער איד.
אויך איז די גאנצע סייט אויסגעשטעלט ווי א ווערטואלע קהילה, שטעטל און - פארשטייט זיך - קרעטשמע, א גאטונג ווי קליינע קינדער שפילן 'הויז', אבער אויף א געשמאקע הומאריסטישע אטמאספערע. צום ביישפיל עס איז דא דארט א ארענדאר וועלכע פירט אן די סייט, א דיין וועלכע רופט זיך "סאכדעס", א "קרעמער" וועלכע פאררופט זיך צו זיין דער מייסד, א ראש הקהל פאר וועלכע מען מאכט וואלן, א סעקרעטאר א מאשקע וואס סערווירט די קרעטשמע קונדן,ווי מען וויצלט זיך איינעם דעם אנדערן, עס קומען פאר וואלן פאר די פאזיציעס, אויך איז דא ווערטואלע צימערן (אשכולות) א צימער ווי מ'דאווענט, א רואיגע צימער, א היציגע צימער, א פריוואטע צימער, א עסן צימער, א מיטוואך צימער, וכדומה. אויך הערשט דארט א מורא'דיגע אחדות, ווי נאר עס קומט אן א פרישער באזוכער אנטפאנגט מען איהם מיט א ווארעמע שלום עליכם, יעדער קאמפלימענטירט זיך איינעם דעם אנדערן.
ארגינעל איז דער סייט געווען א פארום אויפן העברעאישן וועב סייט היידפארק, שפעטער האבן זיי זיך געעפנט אן אייגן סייט מיטן אומזינסטן סאפטוועיר phpBB און צוגעלייגט אסאך אפטיילונגען פון היסטאריע, ידיעות התורה און טעכנאלאגיע אא"וו. אבער עס ווערט נאכאלץ גערופן ביי טייל די קרעטשמע.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג יוני 30, 2013 9:18 pm

קרעדיט: וויכי (די ״יודישע״)

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1877
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » זונטאג יוני 30, 2013 9:29 pm

מייקראסאפט האט געשריבן:ביסט גערעכט אין פארמיר מיינעך איז כמעט אלעס געווען קלאר פין אנפאנג אן.
אבער אסאך מאל שיק איך פאר א חבר דא דארט א לינק פין דא, אין שוין צירוק געהערט פין אפאר חעברע אז זיי ווייסען נישט וואס מען וויל פין זיי... געווענליך איז עס פין מענטשען וואס זענען ניי צים געוועב.

אזא אייוועלט פאר דאממיס קען נישט ערגער מאכן, אבער וואס איך מיין אז עס מיז געפיקסט ווערן זאפארט איז די היברעישע אימעלס וואס ארענדער שיקט ביים זיך אויפסיינען, אין און אנדערע געלעגנהייטען...

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:04 pm

תגובהדורך זייער נייגעריג » מאנטאג יולי 01, 2013 12:30 am

א אייוועלט פאר דאמיס האמיר שוין אמאל געשריבן איז כמעט געווען גרייט ארויסצוגעבן, נאר יעדעס מאל האט זיך פונקט געגעבן א שאקל איבער די נייע סייט, האמיר געטראכט אז מ'העט שוין ציווארטן, ס'פשוט א שאד די ארבעט. די אמת איז אבער אז דאס איז ביי יעדע פארום אדער וועבסייט ווי א נייער קומט אן, מ'דארף זיך צוגעוואוינען.

די אימעילס זענען שוין לאנג איבערגעטייטש אויף אידיש, ס'ווארט נאר אויף א קלייניגקייט צו ווערן עפלייד.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11148
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג יולי 01, 2013 1:15 am

מומחה עצום האט געשריבן:קרעדיט: וויכי (די ״יודישע״)

און פון ווי זיי האבן עס גענומען דארך מען נישט געבן קיין קרעדיט?

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » מאנטאג יולי 01, 2013 8:49 am

ווער האט עס טאקע געשריבען?

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » מאנטאג יולי 01, 2013 11:15 am

פאטאקי08 האט געשריבן:היימישע קרעטשמע איז א פרייע אפענע מעסעדש באורד וועב-סייט פאר היימישע יודיש רעדנדיגע מענטשן, די אינהאלט דערפון איז געשריבן אויף א פרומע פרינציפ. קיין שום קאנטראווערסיעלע ענין, פאליטיק, מחלוקת, פון די היימישע וועלט, ווערט נישט און איז נישט ערלויבט צו דיסקוסירן. אלעס ווערט געשריבן אויף א הומאריסטיש און גוט געלוינטע שפראך און אין די זעלבע צייט האלט עס אן די ערענסקייט פון אידישקייט און קיין שום לצנות אויף מסורה אדער אידישקייט איז ערלויבט, אדרבא איינע פון די מאטא'ס פון די וועב-סייט איז צו ארויסברענגען ווי גוט און געשמאק עס איז צו זיין א תורה טרייער איד.
אויך איז די גאנצע סייט אויסגעשטעלט ווי א ווערטואלע קהילה, שטעטל און - פארשטייט זיך - קרעטשמע, א גאטונג ווי קליינע קינדער שפילן 'הויז', אבער אויף א געשמאקע הומאריסטישע אטמאספערע. צום ביישפיל עס איז דא דארט א ארענדאר וועלכע פירט אן די סייט, א דיין וועלכע רופט זיך "סאכדעס", א "קרעמער" וועלכע פאררופט זיך צו זיין דער מייסד, א ראש הקהל פאר וועלכע מען מאכט וואלן, א סעקרעטאר א מאשקע וואס סערווירט די קרעטשמע קונדן,ווי מען וויצלט זיך איינעם דעם אנדערן, עס קומען פאר וואלן פאר די פאזיציעס, אויך איז דא ווערטואלע צימערן (אשכולות) א צימער ווי מ'דאווענט, א רואיגע צימער, א היציגע צימער, א פריוואטע צימער, א עסן צימער, א מיטוואך צימער, וכדומה. אויך הערשט דארט א מורא'דיגע אחדות, ווי נאר עס קומט אן א פרישער באזוכער אנטפאנגט מען איהם מיט א ווארעמע שלום עליכם, יעדער קאמפלימענטירט זיך איינעם דעם אנדערן.
ארגינעל איז דער סייט געווען א פארום אויפן העברעאישן וועב סייט היידפארק, שפעטער האבן זיי זיך געעפנט אן אייגן סייט מיטן אומזינסטן סאפטוועיר phpBB און צוגעלייגט אסאך אפטיילונגען פון היסטאריע, ידיעות התורה און טעכנאלאגיע אא"וו. אבער עס ווערט נאכאלץ גערופן ביי טייל די קרעטשמע.

גאנץ גיט
דאס איז א גיטע געדאנק וואס זאל זיין א ארינפיר צום וועלטעל

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג יולי 01, 2013 11:18 am

משה יענקל עס קומט פון וויקיפידיע

http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7% ... 7%9C%D7%98
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג יולי 04, 2013 10:04 pm

עני אפדעיט נייגעריג?

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובהדורך ווארד » זונטאג יולי 07, 2013 3:58 pm

איך קען בלויז אנטראגן הילף (אין מיין אונטערשריפט)
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » זונטאג יולי 07, 2013 4:22 pm

דו ביזט דאך אויך גאנץ א נייער דא, ביזט שוין מסוגל ארויסצוהעלפן אנדערע? עהההעעעההעעעםם...

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » זונטאג יולי 07, 2013 8:59 pm

אלא מאי?....
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובהדורך ווארד » מאנטאג יולי 08, 2013 12:35 am

איך פּלי די פיפט...
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21895
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג יולי 08, 2013 2:35 am

ווארד האט געשריבן:איך פּלי די פיפט...


וויזוי קענסטו שוין פליען די פיפט, ביסטעך נאך ניי דא?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובהדורך ווארד » מאנטאג יולי 08, 2013 2:58 am

עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל


צוריק צו “ברוכים הבאים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט