מעלדונג וועגן נייע מנהלים / אחראי.

אויפנאמס צימער

אחראי: אחראי

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

מעלדונג וועגן נייע מנהלים / אחראי.

תגובהדורך קרעטשמער » דאנארשטאג יוני 28, 2012 11:47 am

ברוב שבח והודאה צו השי"ת מעלדן מיר איבער דעם אויסוואל פון עטליכע גאר געראטענע חברים וואס וועלן אי"ה צושטיין צו הילף מיט די פירערשאפט פון דעם חשוב'ן און ערליכן וועבזייטל, הלא המה ידידינו היקר האחראי "זייער נייגעריג" וואס וועט מהיום והלאה משמש זיין בתור מנהל, ואתו עמו נעמען מיר צו א פרישן מנהל הניק היקר מוה"ר "למעלה משבעים" ני"ו. און אלס אחראי וועט צוקומען גאר א געשמאקער חבר המכונה "געלעגער" ני"ו.

מיר האפן אז דער עולם וועט הנאה האבן פון די אויסוואל - וועלעכע איז געטוען געווארן מיט אסאך ישוב הדעת - און יעדער אן אויסנאם וועט ארבייטן נאנט מיט זיי און העלפן אז אונזער וועלטל זאל ווייטער פארבלייבן די כשר'סטע פלאץ אויפן אונטערנעט.

ויהי רצון שחפץ ה' בידינו יצליח.

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » דאנארשטאג יוני 28, 2012 11:56 am

מזל טוב!

די ריכטיגע אויסוואלן!


נא, וואו זענען די גרינע און רויטע היטן?
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » דאנארשטאג יוני 28, 2012 11:57 am

די ערשטע גוטע נייעס זונט די היינטיגע סופרום קארט פסק...

יהי רצון שתשרי שכינה במעשה ידיכם
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דאנארשטאג יוני 28, 2012 11:58 am

Wow,
דער ריכטיגער אויסוואל און די ריכטיגע צייט,

יהא רעווא שיצליח במעשה ידיו.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג יוני 28, 2012 12:00 pm

טראנספארט האט געשריבן:מזל טוב!

די ריכטיגע אויסוואלן!


נא, וואו זענען די גרינע און רויטע היטן?

זיי זענען שוין אלע קאלירט. רויט און גרין.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2663
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג יוני 28, 2012 12:01 pm

מזל טוב מזל טוב!!!
ברכה והצלחה צו די ניי אויפגענומענע מנהלים און אחראים.
זאל זיין מיט מזל.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג יוני 28, 2012 12:01 pm

משיח האט געשריבן:מזל טוב מזל טוב!!!
ברכה והצלחה צו די ניי אויפגענומענע מנהלים און אחראים.
זאל זיין מיט מזל.
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » דאנארשטאג יוני 28, 2012 12:03 pm

צייטליך האט געשריבן:
טראנספארט האט געשריבן:מזל טוב!

די ריכטיגע אויסוואלן!


נא, וואו זענען די גרינע און רויטע היטן?

זיי זענען שוין אלע קאלירט. רויט און גרין.


יא, איך זעה שוין.

למעלה דארף נאך ווערן געליסטעט ביי "אחראים"...
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » דאנארשטאג יוני 28, 2012 12:04 pm

ס'קען זיך דאכטן אז געלעגער איז א גרינער דא...
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » דאנארשטאג יוני 28, 2012 12:07 pm

קען מען טוישן נאמען?, דאס ווארט מנהל קיצעלט מיר נאך.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג יוני 28, 2012 12:07 pm

שנאפס האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:מזל טוב מזל טוב!!!
ברכה והצלחה צו די ניי אויפגענומענע מנהלים און אחראים.
זאל זיין מיט מזל.

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דאנארשטאג יוני 28, 2012 12:08 pm

מזל טוב!
זייער פיינע אויסוואלן.
איך וואלט אפשר געזאגט מען זאל צולייגן לכתחילה אריבער אלס אן אחראי (אויף דעם טעכנעלאגיע פארום)

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג יוני 28, 2012 12:09 pm

WOW

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג יוני 28, 2012 12:18 pm

ווער בין איך? האט געשריבן:מזל טוב!
זייער פיינע אויסוואלן.
איך וואלט אפשר געזאגט מען זאל צולייגן לכתחילה אריבער אלס אן אחראי (אויף דעם טעכנעלאגיע פארום)


איך דיסאגרי,

אלע מנהלים זענען ביזי מעקן און פאררעכטן תגובות, גוטע שרייבערס זאלן ווייטער שרייבן
kraitchmah עט גימעיל

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דאנארשטאג יוני 28, 2012 12:19 pm

איך נעם זיך אן אויפן כבוד פון געלעגער למעלה און זייער נייגעריג,

זיי זענען פון אונזערע סאמע בעסטע שרייבער...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג יוני 28, 2012 12:22 pm

מען רעדט פון ארטיקלען און נייעס שרייבערס

ביז יעצט פלעגט קרעמער אוועקגעבן שעות אויף שעות צו מעקן און פאררעכטן, אויב זיי נעמען עס איבער, מיינט עס ווייניגער שרייבעריי, אויב דו קענסט רעכענען 1+1

איך האף געלעגער אז דו וועסט ווייטער שרייבן די טעגליכע נייעס
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג יוני 28, 2012 12:51 pm

כ'מעג? כ'זאג אויך מזל טוב.

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10230
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דאנארשטאג יוני 28, 2012 1:58 pm

מזל טוב דער בו"ע זאל שטיין צו אייער רעכטע זייט.

און בפרט וען איר גייט האנדעלן מיטן ציבור דארף איר גרויס סייעתא דשמיא זאלט איר אייביג האבן סייעתא דשמיא,
און אייער ווערק זאל האבן א חן אין די אויגן פון די מענטשען, כל שרוח הבריות נוחה הימנו רוח המקום נוחה הימנו,

וכל אשר תעשו ד' יצליח בידכם.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג יוני 28, 2012 2:15 pm

מזל טוב געלעגער, למעלה, זייער נייגעריג, דער אייבישטער זאל ענק בענטשן מיט אלע גוטע ברכות און די ארבעט זאל ענק אנקומען גרינג
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דאנארשטאג יוני 28, 2012 3:17 pm

אשר יצר את האדם בחכמה! די סאמע קלוגסטע שריט און אויסוואל, נישט געקענט זיין בעסערס.

מזל טוב די פרישע מזומן.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג יוני 28, 2012 3:50 pm

גוטע נייעס; אלע דריי ריכטיגע קאנדידאטען, פארשטענדליכע מענטשען, אנשים חכמים ונבונים. יהי רצון שתשרי שכינה במעשה ידיכם, ויהא שם שמים מתאהב על ידכם.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » דאנארשטאג יוני 28, 2012 4:44 pm

דערמיט טוה איך הערצליך באגריסן דעם חושיבן טאהט, און איך קען עדות זאגן אז קיין בעסער אויסוואל איז נישטא. ס'איז ממש על שלשה דברים 'העולם' עומד.
מיט למעלה משבעים'ס תורה און טיפזיניגע רעיונות. געלעגער שטארקע 'עבודה' וואס ער לייגט אריין די וועלטל זאל זיין רייך און כסדר ווערן אויפגעפרישט מיט פרישע נייעסער, אנאליזן, און בליציגע הומאר. און האחרון אחרון חשוב מיין טייערע חבר 'זייער נייגעריג'ס' גמילות חסד און גרייטקייט צו העלפן א צווייטן איד ווען נאר אימער, זאל אים דער זכות ביישטיין.
נו חברה הוידע! הולך! געגאנגען צו די ארבעט.
מיר אלע שפירן עס פאר א זשעסטשער, און באנוס צו באקומען אזא געהויבענע און געטרייע שטאב פון מנהלים.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג יוני 28, 2012 5:06 pm

איך האב אויך געוואלט לויפן ! ! !
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג יוני 28, 2012 6:25 pm

ווער בין איך? האט געשריבן:מזל טוב!
זייער פיינע אויסוואלן.
איך וואלט אפשר געזאגט מען זאל צולייגן לכתחילה אריבער אלס אן אחראי (אויף דעם טעכנעלאגיע פארום)

ישר כח! איי עפרישיעט איט!

און א עקסטערע ישר כח, פאר אלע וואס האבן אין אישית געשריבן אז זיי האבן מיך רעקעמענדירט, און מיך געשטיפט עס אנצונעמען אז מען טראגט עס מיר אן, ס'איז מיר א גרויסער כבוד.

כדי דו און אזעלעכע ווי די, וואס האבן מיך נאמעניערט, זאלן נישט זיין פארקלעמט, וויל איך אייך זאגן אז מען האט מיר אנגעטראגן די כבוד צו ווערן מנהל, און איך האב עס משום טעמים כמוסים אפגעזאגט מיט א שווער הארץ, און עס האט מיר די גאנצע צייט באמת געבאדערט אז כ'האב נישט קיין רעכט אפצוזאגן, ווייל סוף כל סוך האב איך דא אזויפיל הנאה פון דעם פלאץ, און ווען עס קומט צוריקצו צאלן, זאג איך אפ.

אבל עתה, יעצט אז מען האט ב"ה געמאכט די גאר גוטע אויסוואלן, אטעם איך אפ, און איך ווינטש ענק אסאך הצלחה, און דער אייבערשטער זאל ענק געבן אסאך סייעתה דישמיה, און אלעס גוטס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג יוני 28, 2012 6:31 pm

אהה די זאק איז ארויס פון זאק....


צוריק צו “ברוכים הבאים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט