קרעטשמעס 5'טע שלחן ערוך

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

קרעטשמעס 5'טע שלחן ערוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

קודם כל ברוכים הבאים פאר אלע נייע און אלטע ניקס בכלל ובפרט.

ווי עס ווייסט איעדער איינער איז דא א תקנות פארום ווי איעדער ברויך דרוקן דעם i have read and accept the terms and conditions ווי איעדער דרוקט דעם גרויסן I ACCEPT קנעפל און מ'טרעפט זיך דא אין קרעטשמע און מ'הייבט אן צי שמעקן וועלכע אשכולות זענען די וואס קוקן אויס בא'טעמ'ט און וועלכע ס'אינטרעסירט נישט וכו'.

על אשר עתה באתי;
געוויסע מאורעות האבן מיר געמאכט אריינציקומען דא אין לאבי און הענגן די צעטיל כ'האף אז די מענעדזשערס וועלן'ס לאזן הענגן.

בנוגע די תקנות (וואס כ'אב שוין לאנג פארגעסן אויף וועלכע שפראך עס שטייט דארט, וכ"ש וואס עס שטייט) רעד'ך נישט אריין, פארדעם זענען דא רויטע און גרינע ניקס וואס דרייען זיך מיט ריזיגע שליסלעך און מאכן שאאר אז די געזעצן ווערן עכ"פ נישט פארלעצט.

פון וואס רעד'ך יא? מ'רופט'ס די 5'טע שלחן ערוך (פארווער ס'ווייסט נישט וואס דאס מיינט רעד'ך אפילו נישט). דהיינו וויזוי זיך אומציגיין מיט דאס פלאץ דא:
קומסט אריין אין אן אשכול שמעק ארום וואס די טעמע איז דא און אויף דעם אופן שרייב צי דיינע קאממענטס, נישט סתם פאנטשן די קיבאארד און אוועקפירן דעם אשכול און אנדערע ניקס צי די עזאזל, קיינעם שמעקט נישט צי קייען וואסער און אויסדרעשן א נארמאלע שמועס פאר שטותים.

געפעלט דיר איינעםס אשכול, תגובה גיב'ם א יישר כח, א גרינע, חיזוק. ס'קען דיר צינוץ קומען דיינע מספר התגובות וועלן זיך הייבן.

איינער שמועסט ארום אן ענין ברענג נישט א לינק צי אן אויסגעדראשענעם אשכול פון 7 יאר צוריק, ווילס ווייזן דיינע קענטעניסן? פיין. צייכן אן די לינק און זאג וואס דארט שטייט, א תמצית נישט סתם ארויפגעברענגט א מדרש פליאה און דער בעל האשכול זאל זיך פיעלן לייק טאא סענץ אז ער קייט אלטע זאכן און איז נישט אזוי קלוג צי וויסן אז די טעמע איז שוין צימאלן געווארן 7 יאר צוריק און ליגט פארשטויבט אין קעללער אונטער א הויפן אפגעניצטע באטלעך.

IF YOU DONT HAVE WHAT TO DO DONT DO IT HERE. איז א פאלק ווערטל, לענינינו; ווילסט הייבן דיינע מספר התגובות? טוה עס נישט אין עני נארמאלע אשכול, קום נישט אריין אין איעדע איינציגע אשכול און סקריבלען און פלאטשקענען, גיי אריין אין די 5,3, קיין 1 ווארט אשכולות אדער אינעם "איין תגובה האט נישט מיטן צווייטן אשכול" דארפסט נישט מורא האבן אז דו וועסט אראפפירן די אשכולות אין דרעין, קענסט פאנטשן דיין קיבאארד און עס ציברעכן אויכעט קיינער וועט נישט אפילו וויסן אז דו האסט געהאט א פלאפ און שאלעכץ על קרעטשמע און פיניש.

נישט איעדעס מאל וואס די חברה לייט דא מאכן אויף אן אשכול איז דאס ליצנות זיי קענען אמאל מיינען זאכן זייער ערענסט, הא ראי' ס'יז נישט אין פארברענגען, יא ער שרייבט מיט אסאך סענץ אף היאמער אבער קיין דזשאוק איז'ס נישט, פאר די מאכסט פאן דערפון קוק דיך אום אויב ס'גייט מאכן סענץ און נאכדעם שרייב עקארדינגלי צי די לופט דארט. אפילו ער מאכט שוין יא אויף עפעס א גוטץ מאך זיכער אז דיינע תגובות וועלן נישט מאכן איעדע נארמאלע רעכדענקענדיגע ניק זיך צי עקלען פון אויפמאכן די אשכול...

ווילסט ציטוט'ן איינעםס ווערטער אוון קאמענטירן דערויף ברויכסט נישט אראפברענגן דאס גאנצע תגובה פארדעם, קענסט מעקן די חלקים וואס'יז דיר נישט נוגע און נאר ברענגן די חלק אויף וואס דו שטעלסט דיך, אויב ווילסטו יענעם באדאנקן פאר ס'גאנצע תגובה זיינע קענסטו סתם אזוי לייגן א יישר כח און יענעם מזכיר זיין, לאנגע ציטוט'ן מאכן איבלען.

האסט צוויי ניקס און ווילסט רעדן צי זיך אליין? האב נישט קיין טענות ווען מ'עט לאכן פון דיר.

יותר ממה שקראתי לפניכם אינו כתוב כאן אבער ס'יז דא נאך פון וואס ארום צי רעדן דערווייל וועלן מיר בלייבן דא שטיין,
איעדער זאל נעמען זיין דאנערשטאג חברותא און עס גוט איבער חזר'ן מ'גייט דאס פארהערן שטרענג.

א גוטן טאג.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מזל טוב צו דיין 700'טע תגובה, און א מזל טוב צו דיין אשכול וואס איז געווארן א "מעלדונג"
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

נאט אייך א גרינע.... און מזל טוב!
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

נו לאמיר טרעפען עפעס ווי מקען אוועק דרייען דעם אשכול, נו קים שוין אויף מיט עפעס, כאטש עפעסא לינק לייג!......

כהאב נישט וואס צו לייגען און וואס צו זאגען, כבין מסכים מיט יעדער ווארט א שכח פארן אויפמערקזאם מאכען.

מקבל את האמת ממי שאמרו..
ביי ביי.
אוועטאר
יהושע
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2012 2:55 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהושע »

א גרויסן שכויעך פאר די געוואלדיגע אויפקלערונג, אבער וואס איז די גרויסע גדולה צו הייבן די מספר התגובות פארשטיי איך נאך נישט, האסטו עפעס צו זאגן דאן זאג, אז נישט פאק איין, וואס די געמאלעכט׳ס פון תגובות, איי דאונט געט איט...
The most active and helpful Amazon WhatsApp group
https://form.schvc.com/seller-app
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איך האב א טוץ מיט סעיפים צוצולייגן דא. ווען די צייט וועט ערלויבן אי"ה
אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DotCom »

געלעגער האט געשריבן:איך האב א טוץ מיט סעיפים צוצולייגן דא. ווען די צייט וועט ערלויבן אי"ה


און פליגל, נאט אייך אזוינס ווי דיין אוועיטער...
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

חזר'ט נישט איבער אייער מיינונג אויב איינער האלט פארקערט נאר אויב איר האט עפעס צוצולייגן.
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

פליגל, ווייסט אליין נישט ווי גוט דו זאגסט. - שוין בייגעוואוינט אין מערערע טיפע שמועסן און דעבאטעס.

אט דיסקוסירט מען א טעמע מיט אן ערענסטקייט וואס פאסט בלויז פאר די קרעטשמע, מען ברענגט אינפארמאציע, מען דעבאטירט, און דו נעמסט דיר די מיה צו שרייבן א לענגערע תגובה, א מיינונג, אן אנאליז, אדער א בליק איבער די טעמע, ווען דו קוקסט שוין ארויס וואס וועט זיין די רעאקציע פון די חברה צו דיין ווארט.

און מיטאמאל שפראצט ארויס א נישט איבערגעטראכטע תגובה, אבי גערעדט... געמאלן וואסער... איבערגעקייעט דאס אלטע.. אדער אפגעפרעגט אין די וועלט אריין... עטליכע שורות אנגעפירקעלט אן קיין טעם אן גיין ראם.. וואס גיט נישט צו גארנישט צום שמועס, חוץ צומישעניש און קאפוויי.

אמאל איז עס אפילו א שרייבער וואס שרייבט אנדערע מאל יא צו דער זאך, נאר יעצט איז ער עפעס נישט איבערגעטראכט, אדער האט ער א נטי' דיך אפצופרעגן ער האט נאר נישט גענוי מיט וואס, פארדרייט ער דעם שמיטשיק.

נאך אזא תגובה בלייבט מיט א זויערן נאך טעם אין מויל, און עס פארגייט דער אפעטיט פאר אפאר טעג צו מגיב זיין.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

הערליך!

עצה טובה, ליינט יא גוט דורך אלע תקנות כדי צו פארמיידן אומאיינגענעמליכקייטן.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

וויכי, עניוואן... העלפט מיר אראפפירן דעם אשכול פון די ליניעס... עה, ס׳עט נישט גיין עניוועי...
;l;p-
פליגעלע, גוט געזאגט, העמיר ווארטן אויף געלעגער׳ס טוץ.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אשר ווילבער
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 08, 2011 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשר ווילבער »

שלשה דברים, פינף זאכען, על ראשון ווישען ועל אחרון פארשטייטזיך.....

קודם קאל הרב פליגל דו זאגסט גוט, והשנית האסט א פאונט, און פיפטענס, ביסט גערעכט....
ואידך פרישא זול גמור. און ווער ספארשטייט נישט איז אויף עם געזאגט געווארן די מדרש אל תוכח לץ עד שתגיע למקומו (איכה כד)
וואס שמחה קען, קען קיינער נאר איינער, ר' שמחה
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

איך זע נישט וואס עס איז שלעכט מיט א לינק. ספעציעל ווען דער אשכול איז פאר הילף איבער א נושא, פרייט זיך דער פותח האשכול אז ער טרעפט מן המוכן א גאנצן אשכול וואס רעדט פון זיין פראבלעם.

אפשר ביי א וויכטיגע נושא וואס האלט געשפאנט כלל ישראל, און יעדער ווארט צו הערן אייוועלטס מיינונג דערויף, וועט א לינק אביסל פארקלאפן דעם אפעטיט פאר א ברייטע דיסקוסיע, ווייל אמער גרעסערע חכמים זענען שוין געזיצן אויף די מבוכה 7 יאר צוריק.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

OUCH - דו מיינסט מיך?

איך האב לעצטנס אראפגעברענגט א 2-3 לינקס...

איך האב געהאלטן אז די לינקס קענען זיין נוצבאר. אבער אז רבו עלי חברי, גיימער אין ספרים געשעפט תיכף ומיד איינהאנדלען דעם פינפטן שולחן ערוך המבואר והמפורש בצורת הדף.

און אנטשולדיגט אויב כאב אייך געבאדערט.
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

שמעק און חכם, געווענליך אז איינער ברענגט אראפ א לינק צי צייגן פון ווי מ'קען נאשן אינפארמעישאן און איז מסביר פ"וו מ'האלט אז די לינק קען צוניץ קומען איז אדרבה פארדעם איז מען דאך דא, מ'קען ווייטער מרחיב זיין את הדיבור,

משא"כ ווען ס'טיצעך אמאל אויף טישן און בענק אדער איינער מאכט אויף אן אשכול מיטן ציל צי מאכן פרייליך און קומט א חכם און פאוסט א לינק צו אן אלטער אשכול הרג'ט ער דאס גאנצע לעבעדיגקייט דערפון.

ווען איינער פרעגט פאר הילף איז דאך דאס יענעמס ציל און מיט א לינק האסט'ם געהאלפן, סתם צי פאוסטן א לינק ווי א מדרש פליאה איז אן אומבא'טעם'ט עסק.

--------------

געלעגער; יאללא מיט דיין טוץ, כ'וויל זען וואס ליגט דיר אין מאגן, (ס'עט זיין א שטייגער ווי דיינע טעגליכע נייעס סחורה?).
---------------

אשר, האסט טאועל פעיפער? מיין קאפי האציך אויסגעגאסן,

ווייסטו וואס? גיי צום גוי און ברענג א מאפ.
--------------
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

פליגל, פייוו סטאר רעיטינג
וויכטיגע פוינטס גוט אראפגעשריבן מיט א סענס (נאר א שמעק? נאא סאך מער) אוו הומאר
כ'האב דיר געוואלט געבן א גרינע אבער כ'זע די באקס ליגט ביי דיר, זיי'זשע מוחל גיב איינס פאר אשר ווילבער'ן, און סעיוו מיר אפאר פאר געלעגער'ן
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

פליגל, פיין געזאגט.
איין זאך נאר, דער אשכול האסטו געשריבן בעיקר פאר די נייע מעמבערס. זיי ווייסן בכלל נישט וואס קרעטשמע איז - זיי ווייסן פון אייוועלט צו זאגן...
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איך גיי דא זאגן זאכן וויאזוי איך זעה עס פון די פאר יאר וואס איך דריי מיך דא אינעם שטעטל, קען זיין אז איך בין נישט גערעכט מיט געוויסע זאכן, אבער איך שרייב וואס איך האלט און אז איינער וויל קען ער מחולק זיין.

די ערשטע כלל וואלט איך עס געזאגט אין איין ווארט 'שכל טיילט מען נישט דא' וואס איך מיין איז למשל לאמיר רעדן פון איינער וואס האט צוויי ניקס דא ביי אונז. איך פערזענליך האלט אז ס'איז נישט קיין שום פראבלעם צו פארמאגן מער פון איין ניק, אויב געדענק איך גוט האט דער מייסד קרעמער פארמאגט מער ווי איין ניק אונעם אלטן שטעטל, הגם היינט גלייב איך אז ער פארמאגט נאר איין. אבער ס'איז קיין פראבלעם אויב איינער שפירט אז א געוויסע ענין וויל ער נישט שרייבן מיט זיין געהעריגע ניק און ער עפענט א צווייטע ניק פארדעם. אבער דא קומט א ריזיגע אבער..... דער יעניגער זאל וויסן אז ס'איז דא א גרויסע שאנס אז מ'זאל דערגיין אז ער איז דער וואס שטייט אונטער די צווייטע ניק, צו איז דאס אלס די לשון וואס ער ניצט אדער די ספעלינג מיסטעקס וואס ער מאכט מיט ביידע ניקס אייניג וכו' וכו' און ווען מען דערגייט ווער דער איז אך און וויי פאר אים, די בושה איז גרויס. אויב האט ער געניצט איין ניק פראפעסאנאל, אבער די צווייטע ניק האט ער געניצט ווי א לונעטיק און משוגע געמאכט דעם עולם, אך און וויי איז פאר אים, די וואס ווייסן זיין צוויי ניקס וועלן קיינמאל נישט קוקן אויף אים ער פארלירט זיין טראסט און זיין נאמען פאר אייביג!!

אלזא נאכאמאל, קיינעם גייט נישט אן ווען איינער איז דא מיט צוויי ניקס אבער זאל יענער וויסן אז ריסק איז גרויס און אויב וועט מען אים פאקן און ער האט געניצט איין ניק צו נערווירן דעם ציבור וועט די בושות זיין ציפעדיג. און ער זאל קיין טענות נישט האבן צו קיינעם. (אז איך רעד שוין דערפון קען איך נישט דורך גיין אן דערמאנען יענטאש'ס אויסדרוק אויף דעם. " קענסט אנטון וועלכע מאסק דו ווילסט, אבער דיין מויל גרויך בלייבט די זעלבע")

נאך א זאך וואס איז ווערט צו רעדן איז די ענין פון אפגעבן א יישר כח פאר א שרייבער. ס'איז פונקט אויסגעקומען צו רעדן די וואך דערפון, די ענין פון אפגעבן א דאנק ווען איינער שרייבט עפעס איז זייער וויכטיג און דאס איז די געז וואס האלט קרעטשמע גליטשן. א שרייבער פארדינט גארנישט פון שרייבן דא אויסער די דאנק ווארט וואס גייט אים קומען, אויב באקומט ער דאס נישט וועט ער שנעל מיד ווערן און אויפהערן שרייבן דאס איז א פאקט ביי יעדע שרייבער אינג און אלט, א מענטש נעמט אראפ פון זיין צייט צו שרייבן פאר דיינעט וועגן קומט זיך אים זיין ערליך פארדינטען יישר כח. נאר וואס, צומאל איז די ארטיקל אזוי לאנג און גוט אז ווען מ'ענדיגט שפירט מען ""ווווואאאווו""" מ'שפירט באמת דאנקבאר פארן שרייבער.

און דא קומט די פראבלעם, וואס שרייבט מען? א פשוטע יישר כח? נע, דאס איז צו ווייניג און דאס איז נישט גענוג. און שרייבן א לאנגס איז עפעס אויך נישט אין די גיסטע, איז וואס קען געשען איז אז ס'בלייבט ביי דעם און דער ליינער באדאנקט זיך נישט.. און דאס איז וויכטיג פאר א שרייבער צו וויסן, כאטש ס'שמעקט א ק קאמפלימענט אבער אויב זעסטו אז ס'קומט נישט טראכט אז יעדער וויל זיך באמת באדאנקען נאר מ'טרעפט נישט די ריכטיגע ווערטער דערפאר.

דאס איז אלעס פיין ווען ס'איז שטיל אבער וואס טוט מען ווען איינער שרייבט אן ארטיקל אין קרעטשמע און פון אונטער דער ערד קומט איינער ארויסצווואקסן מיט א לינק און שרייט אז פאר פיר יאר צוריק האט שוין איינער געשריבן דערוועגן, אזא ניק קומט זיך גוטע פעטש. און איך רעד נישט ווען איינער איז אין 'ולאחיו יאמר חזק' פארום וואו ער זוכט הילף און איינער לינקט צו וואו מען רעדט דערפון אז ער זאל קענען זען צו דאס וועט אים העלפן, דאס איז אדרבה דאס איז הילף וואס יענער דארף. אבער סתם זיצן און שיסן לינקס צו ווייזן קענטעניסן און צייגן אז מען ווייסט וויאזוי די חיפוש ארבעט איז אבסורד. לעצטענס דרייט זיך דא איינער וואס טוט נאר דאס, און ער האט זיך נאך א נאמען געגעבן אויף די ארבעט וואס ער טוט, איך וואלט אזא מענטש אריין געפירט אין בעלוויו פאר אבזערוועשען... די פונקט איז אייביג, ניץ די פליסיגקייט וואס רינט אין דיין דזשעלי וואס ליגט העכער דיין אויגן אונטער דיין קאפל.


נאך איין זאך וואס איך וויל זאגן איז דאס ענין פון דרך ארץ, יא פשוט און פראסט דרך ארץ. קוק מיך נישט אן מיט אזאנע שטוינענדע בליקן. איך רעד פון ניצן די שכל און וויסן וויאזוי צו רעדן צו א מענטש וואס קען מער פון דיר און ווייסט מער פון דיר און איז לכאורה אין יארן עלטער פון דיר, און די עיקר איז ער דרייט זיך דא לענגער פון דיר.

די סיסטעם דא ביי אונז ארבעט בערך אזוי: סיינט זיך אויף א נייע ניק, מ'גיט אים די שלום עליכם און מ'נעמט זיך קוקן אויף אים. וואסערע סארט מענטש איז ער.. איינער ציט צו היסטאריע, איינער צו חסידות, א צווייטער צו וועלטליכע נייעס א דריטער סתם צו פארברענגען און זיך אויסשמועסן. אלעס פיין און וואויל.

די ניק נעמט זיך שרייבן דא און דארט און מיט יעדע תגובה וואס ער שרייבט באקומעט מען א בעסערע בילד ווער דער איד איז און וואו ער ציט, גייט דורך א שטיק צייט און מ'פארשטייט שוין מער ווייניגער ווער דער איז און וואס איז זיין ספעשעלטי. גייט דורך א חודש צוויי און מ'זעט אז דער איד איז מלא וגדוש און יעדע תגובה זיינער פארקויפט עפעס וואס איז ווערט צו ליינען.

מיט די צייט פריידט מען זיך מיט יעדע תגובה וואס יענער שרייבט, ווייל יעדע תגובה פארקויפט ער גוטע זאכן. מיט די צייט באקומט מען אפילו א שטיקל רעספעקט פאר דעם ניק, אפילו מען קען זיך נישט אין 'ריעל לייף' אבער ווען מען זעט איינער ווייסט אזוי סך און פארקויפט אזוי סך פילט מען אן עהרע און רעספעקט פאר אזא פערזענליכקייט (עכ"פ נארמאלע מענטשען שפירן דאס) וואס געשעט אבער אויב שרייבט יענער עפעס וואס דו האלטס נישט דערפון און דו האלטס אז דאס מאל האט זיך יענער געגרייזט? דא קומט די ווארט 'דרך ארץ' יא, דו קענסט האלטן אנדערש און דו זאלסט זאגן דיין מיינונג, אבער מיט רעספעקט! יענער פארקויפט מער פון דיר, יענער איז שוין דא לענגער. דו האלטס אנדערש? פרעג וואס דו ווילסט, אבער ניץ דיין פיפטע שלחן ערוך, שטעל דיין פראגע מיט כבוד.

ס'איז נאך דא אזוי סך צו שרייבן אבער איך וועל פאר יעצט מיך אפשטעלן. אפשר שפעטער גיין ווייטער.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

WOW
כ'האב נישט וואס צו שרייבן געהעריג זיך צו באדאנקען, איך וויל נאר דו זאלסט עס וויסן.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כדי דער עולם זאל פארשטיין אין ריעל לייף וואס מיינט א ניק האט פארדינט רעספעקט, זאל מען קוקן אויף אזא ניק ווי למשל... געלעגער... ער איז טאקע זייער ביזי, אבער ווען ער שרייבט, שרייבטער צו די זאך, קלאר מיט שכל!

איך וואלט אויך געוואלט ווייזן וויזוי איך דיסעגרי מיט געלעגער, אבער אנפארטשענעטלי האבעך דערווייל נישט געטראפן מיט וואס...

----------

א ווארט וועגן פליגל'ס תגובה.

ווי איך זעה האבן אפאר אירע געפרעגט וועגן לייגן א לינק, ווען יא און ווען נישט... פליגעלס תגובה איז נישט קיין תורה שבכתב, און אפילו ס'האט באקומען די אינדארסמענט פונעם מייסד, מיינט נישט אז יעדעס ווארט מיינט דוקא, און אז ער האט געשריבן נישט לינקן טאר מען נישט! נאר ליין זיין גאנצע תגובה, ער שרייבט נוץ "די דזשעלי העכער די אויגן און אונטער דיין קאפל", (געלעגער) ווען דו ווילסט טוהן איינע פון די פאלגענדע זאכן, וואס ער רעכענט אויס דארט, אדער עני אנדערע זאך וואס ער רעכנט נישט אויס דארט, נוץ די פיפיטע שלחן ערוך!

מ'דארף נישט מורא האבן צו לינקן ווען ס'איז אינטערעסאנט, מ'דארף נישט מורא האבן צו שרייבן א וויץ ווען ס'פעהלט אויס, אבער אלעס מיט קאפ!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

WOW איינער געשריבען בעסער ווי דעם צווייטען! שמעתי קבלתי וכו'
אבער נשיט פארגעסען אז אויב די פיפטע חלק שו"ע איז וויאזוי זיך באגיין מיט מענטשען מפונקט אזוי איז דא א זעקסטע חלק שו"ע וויאזוי זיך באגיין מיט אומ-מענטשען! וואס דאס איז אסאך שווערער!
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

וואס טוט איר ווען איינער איז אייך הסביר בטוב טעם ודעת א לאנגס און א ברייטס אבער איר שפירט אז צו ענטפערן וועט איר דארפן ניצן צו סאך קאפ און מוח מיט אומ-אפט באנוצטע ווערטער און הערשט וועט אייך יענער נישט פארשטיין און וועט נאך ווערן ברוגז אויף אייער דיסאגרימענט? איר שאקעלט צו מיטן קאפ אזוי ארויף און אראפ אהא (מיט א שוא) אהא, יענער מיינט אז איר זענט מסכים און קיין ליגענט האט איר נישט געזאגט און שלום על ישראל.

אזוי וועל איך יעצט אויך טוהן; אהא אהא.

איי העסטו פרעגן לשתוק קרא מיני', די ענטפער זע דא....
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

געלעגער'ס תגובה וואלט אליינס פארדינט צו ווערן צוגעקלעבט צום אויבנאן, אזוי אמת און אזוי קלאר.
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

איך וויל נאר צוברענגען איין נקודה איבער'ן ענין פון לינקען, איך טוה היפש אסאך צולינקען, געווענליך ביי איש את ריעהו יעזורו אדער ביי די "איך זיך די אשכול פון" אשכול, האב איך באמערקט אז ס'איז פארהאן צוויי סארט מענטשען, איינער וועט קיינמאל נישט טוהן די מינעמאלסטע צו זיכען צו מ'האט שוין אמאל גערעדט דערפון אויף אונזער וועלטעל, ווידעראום דער צווייטער האט יא געטרייט צו זיכען נאר ער האט נישט געהאט די ריכטיגע קי ווארדס עס צו געפינען

דא וויל איך צוקומען צו מיין פוינט, ווען איר עפענט א אשכול טראכט אז אין צווי חדשים ארום גייט עס איינער דארפען, ממילא זאל מען אייביג לייגען א דגוש אז די קעפל זאל כאראקטעזירען דאס וואס עס שטייט אין דעם אשכול

אז מ'רעדט שוין פון קי ווארדס פאר א זוכעניש וויל איך סתם געבן א משל וואס א קעפל מאכט אלץ אויס, ווען איינער וויל למשל זיכען עפעס וועגן gmail דארף ער זיכען גימעיל, דזשימעיל, זשימעיל, gmail, אין אפילו דשי-מעיל און ג'ימעיל,די זעלבע איז מיט גוגעל, גוגל google גאגעל אא"וו

אין פאר איך פארגעס, מז"ט פאר פליגעל אין א ש'כח פאר זיין אינהאלטסרייכע תגובה, וכן לגעלעגער
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

ים רויבער, זייער שטארקע נקודה וואס ברויך אויפמערקזאם מאכן
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”