איך וויל וויסן פון אלע נייע שמועסן און אפהאנדלונגען

אויפנאמס צימער

אחראי: אחראי

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » מאנטאג פאברואר 28, 2011 2:05 pm

מ'האט שוין די אלע זאכן דערמאנט דא, ייש"כ סייווי

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג פאברואר 28, 2011 2:39 pm

פשי הא! שוין לאנג נישט געווען א אשכול מיט פיר בלעטער קייען וואסער....

איזעי ;l;p-

לאקש; פיין געשמייכלט פון דיינע קאמענטס...

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1459
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מאנטאג פאברואר 28, 2011 4:18 pm

איך וואלט אריינגעפירט דעם גאנצן אשכול אינעם שרייען אשכול viewtopic.php?f=21&t=13127 אדער אינעם טענהן אשכול viewtopic.php?f=21&t=1910. עכ"פ ס'איז קריטיש וויכטיג צו טוישן דעם אשכול'ס קעפל...

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » מאנטאג פאברואר 28, 2011 4:26 pm

זאל איך טוישן דעם קעפל? וואס זאל זיין דער נייער קעפל?
איך זעה שוין, איך קען עס ממילא נישט טוישן.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דינסטאג מארטש 01, 2011 12:25 pm

איזעי האט געשריבן:זאל איך טוישן דעם קעפל?


הרב איזעי, ווי עס שיינט האסטו א פיינעם קליגן קעפל און דו ברויכסט דאס נישט טוישן! אויב האסטו אין א קארגע וואך געקענט אנקומען כמעט צו א שר מאה, דאן פעלט דיר גארנישט...

דו ברויכסט זיך נאר עפענען דאס קעפל... אדער בעסער געזאגט עפענען די אויגן און די אויערן, און צוהערן וואס דיינע חברים רעדן מיט דיר און פרובירן דיר צו העלפן.

כדי מיינע ווערטער זאלן נישט זיין ווי אן אטאקע, וויל איך קלאר שטעלן אז איך האב גארנישט קעגן דיר ח"ו אדער קעגן דיינע רעיונות, אדרבה, אין אנדערע אשכולות האב איך שטארק הנאה פון דיינע תוכנ'דיגע תגובות, נאר דא אין דעם אשכול מיין איך אז מ'גייט שוין איבער און איבער די זעלבע זאכן, און חוץ די איידיע פון וויכי איז גארנישט נתחדש געווארן. אזויווי ווינקל שרייבט: מ'קייעט וואסער...

ביסט אויפגעקומען מיט א יאוואז'נע פלאן, אז ס'זאל זיין א ספעציעלע אשכול וואס דארט זאל מען כסדר אפדעיטן ווען ס'איז דא א נייע אשכול אדער עפעס נייעס אין א אנגייענדע אשכול.

די רעיון פאר זיך איז בכלל נישט שלעכט, נאר די אלט געזעסענע חברים האבן דיר פרובירט מסביר צו זיין אז דאס איז זייער נישט פראקטיש, און ס'וועט זיך שווער אויסארבעטן, און לכאורה נישט האבן קיין גרויסע אויפטוהנגען.

לאמיר נאר צו לייגען נאך איין נקודה פאר וואס אזא אשכול איז נישט די בעסטע רעיון סיי מצד די שרייבער און סיי מצד די ליינער.
דו ווילסט אז מ'זאל אפדעיטן יעדע מאל ס'געשעט איינע פון די דריי:
ווען איינער עפענט א נייע אשכול אין סיי וועלכער אפטיילונג, צו ס'איז דיר יא אינטערעסאנט אדער נישט,
ווען מ'ברענגט ארויף א פארשלאפענע אשכול למשל דורך: לייגען א נייע פון א מצבה פון א אייניקל פון א שושלת; א נייע טיפ אינעם בלעקבערי אפטיילונג; נאך א איידיע פון א ניגון אויף "לכה דודי"; א נייע אינטערוויא אויף קול מבשר; איינער בעט הילף מיט א טיקעט; א פראבלעם אין סיי וועלכע קאמפיוטער פראגרעם; וכו' וכו',
ווען א אשכול פארקריכט צו נייע נושא א שטייגער ווי: א פרישע פראבלעם אין "פרישע פראבלעמען"; נאך א רעין אין "אייערע פארשלאגן"; אין ליפא'ס 24/6 סידי רעדט מען אויך פון עלעקטאראנישע מוזיק; די באנדאש אשכול פארקריכט צו די קאווער פון די גרעיפ דזוס; וכדומה וכדומה.

אלס שרייבער: וואלסטו יעדע מאל געדענקט אדער גענומען די מוה צו אפדעיטן דעם אשכול ביי יעדע פון די דריי פונקטען? און נישט סתם שרייבן אז ס'איז אפדעיטעט, נאר די תוכן החידוש?

אלס ליינער: וואלט דיר געווען אינטערעסאנט צו באקומען אן אימעיל (אזוי שרייבסטו: "אויב ווילט איר זיין אינפארמירט מיט אלע פרישע שמועסן און באהאנדלונגען, ביטע סיינט זיך אויף דא צו ווערן איינגעמאלדן ווען עס קומט צו א נייע קאמענט") יעדע מאל ווען א אשכול וואס איז דיר בכלל נישט אינטערעסאנט ווערט אפדעיטעט? אדער אפילו אן די אימעיל, וואלסטו געווען אינטערעסירט אדורך צו ליינען א גאנצע ליסטע מיט אומאינטערעסאנטע זאכן, בלויז כדי נישט אדורך לו לויפן די "הצג מודעות שלא נקראו"?


נאר אנשטאט דעם האט מען דיר געוויזן ווי ס'איז דא זייער פראקטישע און באקוועמע אפציעס, וואס קענען לייזן כמעט אלע דיינע פראבלעמען, און אויב נישט לייזען קען עס גרינגער מאכן און פארשפארן אסאך צייט, אבער דו האלסט זיך ביי דיינס אז דאס איז נישט אינטערעסאנט, נאר אנשטאט זאל מען אויפסעטן אימעילס מיט די תוכן התגובות וכו' וכו', כדי זאלסט ענדערש ליינען די חידושים אין אימעילס און נישט דורך איינע פון די אקטיווע אפציעס וואס זענען כמעט דאס וואס דו ברויכסט.

נאך מער: האסט געשטעלט א פראגע "וויאזוי זענט איר אנגעקומען צו דעם אשכול", וואס דאס הייסט אז ווען דו האסט אנגעהויבן דעם ארטיקל האסטו נאך בכלל נישט געניצט איינע פון די געשמאקע אפציעס (וואס דאס ברענגט באלד ארויף יעדע נייע אשכול), און יעדער איינער פה אחד ענטפערט אז מ'נוצט איינע פון די צוויי אפציעס. איז פארוואס האלסטו נישט ביים הערן וואס דער עולם זאגט?

אסיים מעין הפתיחה, נעם דאס נישט אן אלס אטאקע/פסק/קריטיק, נאר אלס אן עצה טובה. און תחזיק חזק און אלע אנדערע אשכולות ווי דו ביסט אקטיוו!
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג מארטש 01, 2011 12:28 pm

כן דיברת יפה דיברת.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג מארטש 01, 2011 12:50 pm

שמערי בערי האט געשריבן:כן דיברת יפה דיברת.
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » דינסטאג מארטש 01, 2011 12:55 pm

thefact האט געשריבן:
שמערי בערי האט געשריבן:כן דיברת יפה דיברת.

פיין געזאגט

(שלום עליכם "די פאקט")
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1459
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דינסטאג מארטש 01, 2011 1:08 pm

שמערי בערי האט געשריבן:כן דיברת יפה דיברת.

אבער שלא בזמנו דברת. ס'וואלט נישט געשאדט ווען ס'שטייט ווען צוויי בלעטער פריער.

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » דינסטאג מארטש 01, 2011 7:29 pm

איך האב שוין אויפגעגעבן כמעט צוויי בלעטער צוריק, איך האב נישט קיין כוח צו קיין ויכוחים איך האב שוין אלע אפציעס געזען פארן עפענען דעם אשכול.

איך האב מיר סך הכל געזוכט צו שפארן די טעגליכע קורצע שפאצירן אין איי וועלט, וואס מען דארף מאכן יעדע פאר שעה צו זיין אפ טו דעיט.

איך האב געוואלט אויפברענגען א געדאנק וואס האט מיר אויסגעזען זייער גוט, שמערי האט מיר שוין לאנג צוריק געענפערט אז עס וועט זיך נישט אויסארבעטן, האב איך געוואלט פרובירן עפעס אנדערש, וואס דער געדאנק פאר זיך איז גוט, נאר עס זעט נישט אויס ווי דער עולם דא שפירט אז זיי דארפן דאס.

איך האב געקלערט אז אויב מען וועט באקומען אין אי-מעיל די תגובות וועט מען נישט דארפן פאר יעדע נארישע תגובה אדער יעדע נארישע אשכול, גיין קוקן וואס דאס איז (וואס יעדע אשכול צו באזוכן דויערט עפעס צייט ביז עס עפענט זיך און ביז מען זעט זיך ארויס,געווענליך א פינף סקונדעס מינימום).

דער עולם זוכט נישט קיין נייעס, מען איז צופרידן מיט וויאזוי עס איז, איך בין מסכים, גם אני בחלומי, איך וועל אויך נוצן אלע אלטע אפציעס.

די סיבה פארוואס איך האב געפרעגט וויאזוי מען איז אנגעקומען, איז טאקע ווייל איך האב געוואלט זען צו דער עולם גייט טאקע יעדע פאר שעה, נעמען א טור אויף אלע נייעס וואס איז אויסגעוואקסן אין איי וועלט. א טור וואס איך וואלט געוואלט דעם עולם פארשפארן ווי איך האב פריער געשריבן.

סיי ווי איך האב שוין אויפגעגעבן צוויי בלעטער צוריק ווי געשריבן, און איך מיין אז מען קען פארמאכן דעם אשכול.

יישר כח פאר אלע וואס האבן זיך אנגערופן.

שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

תגובהדורך שאלת_חכם » מיטוואך יוני 01, 2011 9:39 pm

שעפעלע גיב א מינוט און גיי צו http://www.ivelt.com/ וועסטו זען אלע נייע אשכולות וואס זענען געעפענט געווארן לעצטענס

אגב מזל טוב פארן שר האלף
שאלת חכם חצי נחמה

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » דאנארשטאג יוני 02, 2011 3:37 pm

נישט געוואוסט דערפון, ייש"כ מכל מלמדי השכלתי.

אגב, מען וואלט געמעגט מאכן עפעס א לינק אהין.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג יוני 02, 2011 3:39 pm

האלב פארומס פעלן דארט, ס'בעיקר פאר פרעמדע.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » דאנארשטאג יוני 02, 2011 8:21 pm

איזעי, ווען די סערטשט אויף גוגעל ivelt איז דאס די ערשטע ריזאלט
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » דאנארשטאג יוני 02, 2011 10:37 pm

ווייס מיר דערוועגן.


צוריק צו “ברוכים הבאים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט