בלאט 2 פון 6

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 28, 2011 12:25 pm
דורך מומחה עצום
leiby האט געשריבן:לדעתי קוקט עס אויס זייער פיין, מ'קען נאר מאכן אפאר טוישונגען, וואס ווי ארענדאר זאגט קען ער עס גרינג טון.

בעיקר אין דיזיין און ספעלינג אחוץ דעם איז אלעס הערליך

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 28, 2011 12:31 pm
דורך leiby
כ'האב געזעהן נאך זאכן, כ'האב אים שוין געשיקט אין אישי, נישט זיכער אויב ער גייט עס זעהן, חוץ אויב ער האט יא צוטריט צו די חלק וואס דער עולם האט צוגעשריבן.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 28, 2011 12:54 pm
דורך געלעגער
לדעתי זאל מען עפענען די סייט פאר א געוויסע צאל יוסערס פאר מגייט פובליק. זיי זאלן פראבירן אלע פונקציעס און באריכטן סיי וואסערע פראבלעם. איינמאל אלעס זעהט אויס סטאביל זאל מען עס עפענען פאר די פובליק

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 28, 2011 2:13 pm
דורך טהור-עיניים
כבוד הרב ארענדער, רעדט מען דא פון שעות, טעג, וואכן אדער חדשים ביז דער נייער סייט וועט אריינגעברענגט ווערן אין דינסט?

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:58 pm
דורך tell.me.something
בחורהזעצער האט געשריבן: אזוי אויך די מעלה פון קענען שרייבן א תגובה (מיט לינקס וכדו') אן דארפן עפענען א נייע פעזש איז אומבאשרייבליך, עס וועט ווארשיינליך ארויס שלעפן מערערע תגובות פון די פוילע מענטשן.

געדענק ארענדער: מיר שעצן דיין ארבעט! יישר כח וכה לחי! אסאך הצלחה אין אלע דיינע פראיעקטן!

טאקע א מוראדיגע מעלה, די שאלה איז נאר צו אויב מען שרייבט פון א סעלפאן צו עס וועט אויך בלייבן אויפן זעלבן פעידזש

וואס טוט זיך מיט די אנדערע זאכן וואס מען האט געשמועסט? א מאביל עפפ? תן תודה קנעפל?(אקעי, דא וועלן אסאך שרייבער שפרינגען, כאב גארנישט געזאגט...) וכו' וכו'

עניוועי א ריזיגן שכוח פאר ביז אהער און אויף וואס מען ארבעט אויף ווייטער

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 4:16 am
דורך מכטי1
תכלית ווען גייט זיין די נייע זייטל?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 11:04 am
דורך סאכדעס
אהה שלום עליכם א איד, וויאזוי שפירט איר זיך דא אינעם נייעם פלאץ? צו וואס ברויכט איר א נייעם זייטל.????

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 11:05 am
דורך פעדער
סאכדעס האט געשריבן:אהה שלום עליכם א איד, וויאזוי שפירט איר זיך דא אינעם נייעם פלאץ? צו וואס ברויכט איר א נייעם זייטל.????
;l;p- :lol:

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 11:21 am
דורך אלס פארשטייער
פעדער האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:אהה שלום עליכם א איד, וויאזוי שפירט איר זיך דא אינעם נייעם פלאץ? צו וואס ברויכט איר א נייעם זייטל.????
;l;p- :lol:

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 1:52 pm
דורך שמן למאור
אלס פארשטייער האט געשריבן:
פעדער האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:אהה שלום עליכם א איד, וויאזוי שפירט איר זיך דא אינעם נייעם פלאץ? צו וואס ברויכט איר א נייעם זייטל.????
;l;p- :lol:


נישט צום פארשטיין!
אזוי נעמט מען אויף א נייעם גאסט אינעם וועלטל ?
אוואו איז דאס מענטשליכקייט, אוואו איז געפילן, דער מכטי1 האט אויך געפילן, נו......

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 12:04 am
דורך מאבערקא
יא הרה"ח ר' שמן כ'האב הנאה אז די נעמסט
דיך אן אויף די פרישע כעברע זיי (אינז) זעמער
עפעס מפיל קינדער? גיט אז די דענקסט נאך דיינע
פריעדיגע יארן!!!

חוץ דעם האלט איך אז סמעג זיין א פלאץ
ספעציעל געווידמעט פאר די אנשי שלומינו ניין? נא
?? בקיצור תכלות ווען עפענט זיך די נייע זייטעל

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 11:25 am
דורך ווינקל
ווייסט עטץ אז ארענדאר האט אויך געפילן...?

איי מין, ווען א גאסט קומט אריין אין שטוב נעמט מען זייער שיין ווארעם אויף, אבער מען הייבט נישט אן מיט קיינע פארווארפענדיגע פראגעס, העי, תכלית! ווען קומט די נייע קאוטש, ווען גייט מען פעינטן דא, ווי לאנג גייט נאך דויערן ביז די פלייש איז רעדי? קיפ יור האורסעס זאגט מען אין אידיש, (איינער דענק די ענגלישע אויסדרוק אויף דעם?). ביסט קוים אריינגעקומען, רעד שיין זיי מוחל, וד"ב.

א דאנק

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 11:31 am
דורך אויפריכטיג
מיין מיינונג אויף א נייע ניק וואס רעדט שוין אין די ערשטע צען תגובות פונעם סייט, איז אז עס איז א דאפעלטער ניק. (ס'מוז נישט זיין, אבער אזוי שמעקט עס)

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 11:36 am
דורך מאטראצן קלאפער
וואס וועט טאקע זיין מיט דעי נייע סייט?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 11:38 am
דורך אויפריכטיג
וואס איז שלעכט מיט די אלטע?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 11:42 am
דורך מאטראצן קלאפער
ס'איז משוגע שווער צו זוכן זאכן און לויט ווי גרויס מאיז באקומט מען א פיטשער וואסא חילוק וויפיל מעסידזשעס איינער האט געשריבן . וואס בין איך שולגיד אז כאב נאר געשריבן צען וועגן דעם מעג איך נישט ווערן א אנגענומענע באנוצער? און אויכעט דרייט יעדער א קאפ מיט אלעס וואס מ'טראכט זיך נאר אויף. ס'דאף זיין ראלס. בקיצור טו מעיק די שארט סטארי לאנג. ס'איז נישט באקוועמט!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 11:43 am
דורך מאטראצן קלאפער
אויך דאף מען יעדע זאך זעך פלאגן.ווי אזוי מאכט מן סמייליס?
כאב פונקט היינט געוואלט מאכן א פרעספקטיווע אניליז וויפיל יעדער איז ציפרידן מיט די סייט. אבער כאב נישט געוויסט בחחייחון וביומיכון
א אנקעטע הייסט עס.. און אויכעט, ס'נישדא וועמ צו פרעגן. און כאגעטרייט צו קוקן ביי די באקס ווי יעדער איז אריינגעסייט...

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 11:48 am
דורך אויפריכטיג
מאטראצן קלאפער האט געשריבן:ס'איז משוגע שווער צו זוכן זאכן און לויט ווי גרויס מאיז באקומט מען א פיטשער וואסא חילוק וויפיל מעסידזשעס איינער האט געשריבן . וואס בין איך שולגיד אז כאב נאר געשריבן צען וועגן דעם מעג איך נישט ווערן א אנגענומענע באנוצער? און אויכעט דרייט יעדער א קאפ מיט אלעס וואס מ'טראכט זיך נאר אויף. ס'דאף זיין ראלס. בקיצור טו מעיק די שארט סטארי לאנג. ס'איז נישט באקוועמט!


איך פארשטיי נישט וואס דו רעדסט!

יא, ווי מער מען שרייבט אלס גרעסערע ראנג באקומט מען, דאס איז געצילט צו געבען אנערקענונג פאר וועטעראן שרייבער און אזוי אויך צו געבן א שטופ צו שרייבן. (און פילייכט אויך מען זאל וויסן צו האבן אביסל דרך ארץ פאר אלטע שרייבער...)

און וואס דו טענה'סט וועגן אנגענומען באנוצער פארשטיי איך בכלל נישט! זעסט דאך אז דו ביזט אן אנגענומענער באנוצער. זיי מסביר בעסער וואס קוועטשט דיר.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 11:48 am
דורך בחורהזעצער
מאטראצן; פארוואס טראכסטו אז אין די נייע סייט וועסטו נישט האבן די אויבנדערמאנטע פראבלעמען, קיין איינער ווערט נישט געבוירן קענענדיג, אדם לעמל יולד, עס איז נאכנישט געהערט געווארן אין די היסטאריע אז איינער זאל ווערן א תלמיד חכם איבערנאכט, צו אלעם פעלט זיך אויס געדולד און א אייזערנע רצון.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 11:48 am
דורך אויפריכטיג
באקוועם ווערט עס נאכן זיך דרייען דא א שטיק צייט.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 11:50 am
דורך מאטראצן קלאפער
יא אבער ס'קען נעמען יארן צו אזוי סאך שרייבן און שרייבן און שרייבן ...און שרייבן און ביי דען וויל איך שוין זיין א ענטיליגינטע שרייבר. אבער,

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 11:53 am
דורך מאטראצן קלאפער
אוי סאט זיך בטעות גשיקט..סא כאב גטרייט צו זיין ניטש פלעין נאר א אנטשי שלומיני . כאב אויך גוואלט זיין א נא ווי זוי הייסט עס נאר. א פון די חברי הסייט..די הויכע חברה.און סנישט געגאנגן ס'נאך אלס דא פעידזשעס אזוי ווי, אשכלות וואס כקען נישט זען אבער ווי זוי שיקן ענק א מעסיזש אזוי שנעל? מ'לערנט צעך אויס מיט די יארן?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 11:54 am
דורך אויפריכטיג
איך האב נישט קיין אנונג וואס באדערט דיך?

דו קענסט אלעס זען. חוץ די מנהלים איז נישט פאראן קיין אונטערשייד צווישן א נייע שרייבער און אן אלט געזעצענער.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 11:56 am
דורך מאטראצן קלאפער
אבער ווי זוי שיקן ענק א מעסיזש אזוי שנעל? מ'לערנט צעך אויס מיט די יארן?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 11:57 am
דורך מאטראצן קלאפער
אבער כ'האב אביסל מורא אויב מיין ווייב וועט אויסגפינן אז איך שרייב דא. איינער זעט וואס איך שרייב דא צו דיך יעצט? אדער נאר איך מיט דיך?