בלאט 3 פון 12

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 07, 2010 8:53 am
דורך jkup50
האניג האט געשריבן:און אז מ'רעדט שוין פון דעם, כ'ווייס נישט וויפיל אידן פארלאזן זיך אויפ'ן אימעיל צו זען צי ס'דא אן אפדעיט אין א אשכול, אבער דאס איז דער איינצגיסטער וועג איך זע, און למעשה קומט דער אימעיל אן א שיינע (בעסער: הערליכער) פאר מינוט שפעט, און איינער וואס דארף נוטיג הילף אין א נושא (אדער סיי וועלכער טיים סענסיטיווער שמועס) דארף ווארטן די עטליכע לאנגע מינוטן ביז ס'קומט אן אין יענעם אינבאקס, און ביז יענער ריספאנדעדט, אפילו אויפ'ן מינוט, נעמט איבער צען מינוט!

יא מיט דאס געב איך דיר % 100 גרעכט סאיז ממש א שרעק ווי שפעט מבאקומט א אימעל

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 12, 2010 2:25 pm
דורך 1x1
האניג האט געשריבן:קהת, אויבן אויף די לינקע זייט, אונטער "פארגעשריטענע זוכעניש" איז דא א קנעפל "טויש די פאנט סייז", דורך עס קוועטשן ווערן די אותיות גרעסער און קלענער.

און אזוי פלוצלינג האב איך באמערקט נעבן דעם נאך א קנעפל... "פרינט דעם אשכול"! כ'האב עס קיינמאל נישט באמערקט! ווען איך קוועטש דערויף נעמט עס מיר צו א פרינטער פרענדלי אויסשטעל פונ'ם אשכול, און פון דארט קען איך עס דריקן צו מיין פרינטער! גערעכט, ס'וואלט זיכער געווען געשמאקער אז מ'זאל קענען ארויסדרוקן אלע דפים אויף א מאל, אבער דער חידוש אליין איז מיר ווערד געווען צו עפענען דעם אשכול!


איך באנוץ זיך מיט דעם קנעפל כסדר, און מיט דעם אלעם איזעס שווער, א סאך מאל וויל איך ארויספרינטען א אשכול פון צען דפים צו מער, און מ'דארף גיין צו יעדן דף עקסטער.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 13, 2010 11:00 am
דורך leiby
אפשר קען מען דא טאקע לייגן די "הכל" אפשען, ס'קען אויך העלפן אויף ארויסצופרינטען אלעס אויפאמאל, אזוי זיי האבן,

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 13, 2010 5:27 pm
דורך 1x1
פארום פון אוצר החכמה (ס'איז גראדע אויסגעשטעלט פונקט ווי דא) - הצעות צו פארבעסערן יענעם סייט:
http://www.otzar.org/forums/viewforum.p ... d&start=25

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 01, 2011 5:54 pm
דורך ים רויבער
איך וויל פארשלאגען אז ווען מען גייט אריין אין הצג הודעות שלא נקראו זאל מען קענען סעלעקטען אויף א ספעציפעשע מודעה אז עס איז שוין
געליינט געווארן

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 02, 2011 1:34 pm
דורך ים רויבער
טרם אכלה לדבר נאך איין פארשלאג אז די" אפט געפרעגטע פראגעס" זאל זיין אין אידיש אזוי ווי די גאנצע סייט
און די זעלבע ווען איך באקום א אימעיל זאל עס אויך זיין אין אידיש

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 02, 2011 2:44 pm
דורך jkup50
ים רויבער האט געשריבן:איך וויל פארשלאגען אז ווען מען גייט אריין אין הצג הודעות שלא נקראו זאל מען קענען סעלעקטען אויף א ספעציפעשע מודעה אז עס איז שוין
געליינט געווארן

גם אני מצטרף. און פארקערט אויך אפילו מהאט שוין יא געליינט זאל מען קענען מאכן ווי נישט געליינט

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 02, 2011 2:48 pm
דורך ים רויבער
דאס בעהט שוין איינער

הערשי קניהויז האט געשריבן:איך האב אסאך מאל ווען איך טראכט אוי אשאד איך קען נישט דרוקן Mark as unread.

אז איך גיי אריין אין א אשכל און איך וויל פאר סיי וואספארא סיבה צירוק קומען דערצו שפעטער, למשל, פריער בון איך אריין אין א אשכול און אינמוטן בינעך אנגעקומען צו א לאנגע תגובה וואס איך וויל עס שפעטער ליינען סא וויל איך ס'זאל בלייבן א אומגעליינטע הודעה. בקיצור...

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 02, 2011 4:05 pm
דורך thefact
jkup50 האט געשריבן:
ים רויבער האט געשריבן:איך וויל פארשלאגען אז ווען מען גייט אריין אין הצג הודעות שלא נקראו זאל מען קענען סעלעקטען אויף א ספעציפעשע מודעה אז עס איז שוין
געליינט געווארן

גם אני מצטרף. און פארקערט אויך אפילו מהאט שוין יא געליינט זאל מען קענען מאכן ווי נישט געליינט

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 02, 2011 6:59 pm
דורך ים רויבער
נאך א פארשלאג מ'זאל קענען אויסמעקן א (אייגענע) תגובה און ס'זאל ארויפקומען "דו תגובה איז געווארן אויסגעמעקט"

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 03, 2011 11:16 pm
דורך ים רויבער
נאך עפעס, די אלע אשכולת ווי למשל גריסן,שרייען,שלום עליכם,און נאך אנדערע וואס כ'געדענק נישט אויפן מינוט זאל זיין אויף א באזונדערע פלאץ

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 04, 2011 1:51 pm
דורך איך_הער
ס'איז אין א עקסטערע פלאץ.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 09, 2011 12:56 pm
דורך ים רויבער
איך וואלט פארגעשלאגן ס'זאל זיין א אפשען פון א גרינע ;l;p- נאר מיט א רעכטע הענט
אונז זעהמר דאך חסידישע אידן

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 11, 2011 1:56 pm
דורך איזעי
איך האב נאכנישט אדורכגעליינט אלע פארשלאגן, אבער איך מיין אז מען וואלט געדארפט מאכן, אז ווען מען שרייבט א תגובה, זאל מען קענען זען (און ציטירן) פון אלע תגובות וואס זענען דא אין דעם אשכול.

יעצט קען מען נאר זען די לעצטע 25 (אדער די לעצטע בלעטל צוויי, איך ווייס נאכנישט צו עס גייט אויפן בלעטל צו אויפן נומער).

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 11, 2011 4:59 pm
דורך וויכטיג מאכער
ווילסט קענען זעהן מער פון וויפיל ס'ליגט נארמאל אויף א פעידזש?

עצה, מאך אויף נאך א טעב, און לאוד דארט וועכע פעידזש דו ווילסט...

פארעפענטליכט: שבת מרץ 12, 2011 11:06 pm
דורך מר. קליען
אפשר מאכט מען אז אלעס בלייבט אייביג איין לאאאאאאאאנגע פעידז???

וואס פעלט אויס פעיזשעס? אויב צוטרעפן די נייע, אפשר זאל מען מאכן אז אלעס מישט זיך אייביג אויף אונטען

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 13, 2011 2:42 pm
דורך איזעי
וויכטיג מאכער האט געשריבן:ווילסט קענען זעהן מער פון וויפיל ס'ליגט נארמאל אויף א פעידזש?

עצה, מאך אויף נאך א טעב, און לאוד דארט וועכע פעידזש דו ווילסט...


איך טו אזוי, אבער עס איז א שאד אויף די צייט, אויסער דעם האב איך נאכנישט געכאפט דעם קאוד, וואס מאכט עס זאל שטיין העכער דעם "פלוני האט געשריבן:"

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 16, 2011 10:51 am
דורך jkup50
ווען מען דרייד זיך דא א שטיק צייט ווייסט מען שוין בערך וואס אינטרעסירט מיר יא און וואס נישט וואלט איך געוואלט פארשלאגן פאר די באמטע דא זוי ווי מיר האבן דעס הצג קנעפל וואס זאגט מיר עפעס ווארט אויף דיר זאל מען קענען מאכן אז די אשכול וואס אינטרעסירט מיר נישט זאל נישט אריין קומען אהער אין זוי אויך זאל עס נישט רויט ווערן

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 29, 2011 4:50 pm
דורך משיח
דא בעט דער עולם אז מ'זאל קענען זעהן ביי יעדע תגובה די וויפילטע תגובה פונעם שרייבער דאס איז.

היינט איז ער טאקע א שר האלף, אבער ביים שרייבן אט דעם תגובה איז ער נאך געווען גאר ניי. ס'גיבט צו ווי א ספייס צום תגובה.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 30, 2011 9:02 am
דורך האניג
כ'האלט ווי דיר, משיח!

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 30, 2011 12:55 pm
דורך משיח
איזעי האט געשריבן:אבער איך מיין אז מען וואלט געדארפט מאכן, אז ווען מען שרייבט א תגובה, זאל מען קענען זען (און ציטירן) פון אלע תגובות וואס זענען דא אין דעם אשכול.
יעצט קען מען נאר זען די לעצטע 25 (אדער די לעצטע בלעטל צוויי, איך ווייס נאכנישט צו עס גייט אויפן בלעטל צו אויפן נומער).

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ווילסט קענען זעהן מער פון וויפיל ס'ליגט נארמאל אויף א פעידזש?
עצה, מאך אויף נאך א טעב, און לאוד דארט וועכע פעידזש דו ווילסט...

איזעי האט געשריבן:איך טו אזוי, אבער עס איז א שאד אויף די צייט, אויסער דעם האב איך נאכנישט געכאפט דעם קאוד, וואס מאכט עס זאל שטיין העכער דעם "פלוני האט געשריבן:"


אפשר זאל מען קענען אין די תגובה צוריקגיין צו סיי וועלכע בלאט מ'וויל ציטירען?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 01, 2011 5:17 pm
דורך ווינקל
ווען מען שיקט א אימעיל פאר איינעם, זאל די שטרענגע הקדמה פונם ארענדער, שטיין "נאך" די מעסעדזש וואס מען שיקט.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 01, 2011 8:23 pm
דורך איזעי
עס וואלט געווען כדאי צו מאכן א באזונדערע פארום, פאר אלע אשכולות וואס זענען געמאכט צו דיסקוסירן השקפה אויף די פארשידענארטיגע ענינים, אנשטאט וואס ביז יעצט פאלט אריין רוב אזעלכע דעבאטעס אין די קרעטשמע, זאל זיין א באזונדערע פארום פאר דעם, נישט צו צושטערן די רואיגקייט און אנגענעמקייט און היימישקייט פון די קרעטשמע.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 10, 2011 6:58 pm
דורך thefact
איזעי האט געשריבן:עס וואלט געווען כדאי צו מאכן א באזונדערע פארום, פאר אלע אשכולות וואס זענען געמאכט צו דיסקוסירן השקפה אויף די פארשידענארטיגע ענינים, אנשטאט וואס ביז יעצט פאלט אריין רוב אזעלכע דעבאטעס אין די קרעטשמע, זאל זיין א באזונדערע פארום פאר דעם, נישט צו צושטערן די רואיגקייט און אנגענעמקייט און היימישקייט פון די קרעטשמע.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 10, 2011 7:53 pm
דורך צולייגער
איזעי האט געשריבן:עס וואלט געווען כדאי צו מאכן א באזונדערע פארום, פאר אלע אשכולות וואס זענען געמאכט צו דיסקוסירן השקפה אויף די פארשידענארטיגע ענינים, אנשטאט וואס ביז יעצט פאלט אריין רוב אזעלכע דעבאטעס אין די קרעטשמע, זאל זיין א באזונדערע פארום פאר דעם, נישט צו צושטערן די רואיגקייט און אנגענעמקייט און היימישקייט פון די קרעטשמע.

ראויין הדברים למי שאומרם :grin: