בלאט 2 פון 12
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 4:02 pm
דורך האניג
כ'האב יעצט באמערקט א גאר א גוטע פיעטשער אין "פראג", ווען איינער פאררעכט א תגובה און ס'שטייט פון אונטען אז ס'איז פארראכטען געווארן, ווען, און וויפיל מאל, איז דא נאך איין זאך: סיבה, דער מגיב קען דארט צושרייבן -- און יעדער קען עס דערנאך זען און פארשטיין -- פארוואס ער האט עס פארראכטען. מורא'דיג געשמאק!
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 25, 2010 3:49 pm
דורך ווארד2007
למעלה משבעים האט געשריבן:איך וואלט גע'עצה'ט מען זאל מאכן א קנעפל תן תודה, אזוי ווי עס איז אויף אנדערע פורמים, אזוי דארף מען נישט איבערהאקן די המשך התגובות, וואס אסאך מאל מאכט עס נערוועז.
גם אני מצטרף בזה
*
איך ווייס נישט אויב דאס באלאנגט דא, ווייל מיין הצעה איז נאך אויפן צייטווייליגן אשכול
מען זאל קענען זען ערגעץ אלע לעצטע פריש צוגעקומענע הודעות, אזוי ווי ס'איז געווען אין די אלטע אויפן מעין בלאט, הגם דאס האט זיך געקענט טוישן 5 מאל א טאג, אבער אזוי אויב איז געווען א נייע אין היכל הנגינה למשל ווי איך טרעט נישט אפט אריין, און ס'האט געהאט א אינטערעסאנטע קעפל וואס האט מיר אינטערעסירט וואלט איך עס געזען, און אזוי ווייסט מען נישט ווי ס'קומט צו א אשכול אדער צוגעלייגט א תגובה, אלעס ליגט אונטער צוגעמאכטע טירן
יישר כח למפרע
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 25, 2010 4:14 pm
דורך תרנגול
פאר דעם קענסטו אריינגיין אין 'זוך אקטיווע אשכולות'
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 26, 2010 10:54 am
דורך וואדקע
נאך א הצעה פאר די נייע קרעטשמע איז צו מאכן א עקסטערע פארום פאר אלע אנקעטעס פון "זיס" אין עס זאל נישט ארויפקומען ביי די זיך אקטיווע אשכולות לינק
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 26, 2010 11:10 am
דורך האניג
מ'האט עס שוין ערגעץ וואו אויסגעשמועסט: אזוי ווי מ'שרייבט אונטער יעדער נאמען וויפיל תגובות ער האט, וואלט געווען א גאר געשמאקע הוספה צו קענען זען וועלכער נומער תגובה איז דער ספעציפישע תגובה.
נאך א זאך: ביי "באנוצער קאנטראל צימער", "סובסקריפשענס / מעלדונגען", מ'זאל עס אויך קענען סארטירן און זען אלע אומגעליינטע תגובות ערשט, היות זייער סאך מאל האב איך וואס עטליכע תגובות וואס כ'האב מיר אריינגעסיינט האבן זיך עפעס אויסגעגליטשט און ס'שיקט מיר מער נישט קיין אימעיל הודעות (מסתם ווייל כ'בין איינמאל נישט אהין געגאנגען ווען ס'געווארן אפדעיטעד, און דערפאר באקום איך שוין נישט קיין הודעות פון יעדעם אשכול ביז כ'גיי אהין. און פון וואנעט זאל איך וויסן??...) אזוי קען איך יעדער שטיק צייט אהין גיין און גלייך זען אלע תגובות וואס האבן זיך פארשטעקט און נישט דארפן אדורכזוכן צען בלעטער פון תגובות.
דאנקע פון פאראויס!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 26, 2010 3:43 pm
דורך ווארד2007
תרנגול האט געשריבן:פאר דעם קענסטו אריינגיין אין 'זוך אקטיווע אשכולות'
אנטשולדיגט מיר
אבער היינט האב איך עפעס געפרעגט אין א אשכול, פינף מינוט שפעטער בין איך צוריקגעקומען זען אויב ס'איז דא א ענטפער, אריינקומענדיג אנשטאט דורכצוגיין די לאנגע האלוועי, האב איך גלייך געוואלט קוקן אנהייב אויב איינער האט מיר געענטפערט, געב איך א דרוק ביי זוך אקטוויע אשכולות, דער אשכול האט זיך ניט באוויזן פאר מיינע אויגן
כ'האב געזען אשכולות אין די רייע פון ערשטע פאר וואס איז נאך געשריבן געווארן לעתטע וואך, סאו איך ווייס נישט וואסערע פורפוס די לינק דארף דינען
ואתכם הסליחה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 26, 2010 4:41 pm
דורך leiby
מ'האט שוין גערעדט פונעם פראבלעם, געוויסע קומען נישט ארויף,
ס'איז דא אנדערע לינקס, אזוי ווי "נייע הודעות....." אדער הצג הודעות....."
ביי דעם קומט אלעס ארויף.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 26, 2010 4:56 pm
דורך אויפריכטיג
נישט לאזן מאכן קיין אנקעטעס. עס נערווירט געפערליך, און ברענגט אראפ די וועלוי פון די סייט. אן אפציע וואלט געווען אז נאר מנהלים און אחראים זאלן קענען מאכן אנקעטעס.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 27, 2010 11:31 am
דורך jkup50
אויב איך מעג אריין לייגן מיינע 2 סענס, די הילף מיין איך דארף האבן א שטיקל תיקון, פאר א נייע מעמבר איז זייער שווער ביז מען געט זיך אן עצה בעיקר וואלט געדארפט זיין אזוי ווי אלע קאמפעניס האבן א contact us
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 27, 2010 5:15 pm
דורך וואדקע
אויפריכטיג האט געשריבן:נישט לאזן מאכן קיין אנקעטעס. עס נערווירט געפערליך, און ברענגט אראפ די וועלוי פון די סייט. אן אפציע וואלט געווען אז נאר מנהלים און אחראים זאלן קענען מאכן אנקעטעס.
יא לאזן מאכן אנקעטעס און די מנהלים און אחראים זאלן חותם ווער עס נוצט עס צו נערווירען וד"ל,
(מ'קען נערווירען אן אנקעטעס אויך אויב מ'נעמט זיך דאס פאר א ציל, נישט די אפציע איז די פראבלעם נאר די ניק)
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 9:10 am
דורך האניג
א גאר וויכטיגע זאך: מאבייל פרענדלי. צו קענען לייענען און שרייבן גרינגערהייט דורך א סעלפאון. איך האב נישט קיין אינטערנעט אויף מיין סעלפאון, אבער כ'האב שוין פיל מאל געבארגט פון א חבר וכו' צו קענען ליינען עפעס אויף קרעטשמע, און וואס זאל איך זאגן? כ'וואונטש נישט דער עקספעריענס אויף קיין שום איד, און דאס איז מיט 'אפרע מיני'.
א דאנק!
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 11:15 am
דורך גימעל
האניג האט געשריבן:א גאר וויכטיגע זאך: מאבייל פרענדלי. צו קענען לייענען און שרייבן גרינגערהייט דורך א סעלפאון. איך האב נישט קיין אינטערנעט אויף מיין סעלפאון, אבער כ'האב שוין פיל מאל געבארגט פון א חבר וכו' צו קענען ליינען עפעס אויף קרעטשמע, און וואס זאל איך זאגן? כ'וואונטש נישט דער עקספעריענס אויף קיין שום איד, און דאס איז מיט 'אפרע מיני'.
א דאנק!
א גאר גאר וויכטיגע זאך!אויב גייט דאס זיין פון די נייע פיטשורס, האט זיך שוין די גאנצע קראך אויסגעצאלט...!
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 2:04 pm
דורך זכר באנדל
א גאר גאר גאר וויכטגע זאך!
איך האלט דאס דערף זיין די ערשטע זאך וואס מען דארף טוישן, אינטרעסאנט אז קיינער האט דאס נאך נישט מציע געווען ביז יעצט.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 2:14 pm
דורך קהת
מענין לענין באותו ענין ס'וואלט געוועהן א פיינע זאך אז עס איז דא א אייוועלט אפליקעישען אויף די אייפאן און אייפאד טאטש
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 2:21 pm
דורך האניג
...און גוגל קראום OS...
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 01, 2010 11:42 am
דורך thefact
גימעל האט געשריבן:האניג האט געשריבן:א גאר וויכטיגע זאך: מאבייל פרענדלי. צו קענען לייענען און שרייבן גרינגערהייט דורך א סעלפאון. איך האב נישט קיין אינטערנעט אויף מיין סעלפאון, אבער כ'האב שוין פיל מאל געבארגט פון א חבר וכו' צו קענען ליינען עפעס אויף קרעטשמע, און וואס זאל איך זאגן? כ'וואונטש נישט דער עקספעריענס אויף קיין שום איד, און דאס איז מיט 'אפרע מיני'.
א דאנק!
א גאר גאר וויכטיגע זאך!אויב גייט דאס זיין פון די נייע פיטשורס, האט זיך שוין די גאנצע קראך אויסגעצאלט...!
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 01, 2010 11:44 am
דורך סתם_אזוי
מען קען עפעס טון וועגן דעם?
viewtopic.php?f=2&t=10009
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 06, 2010 2:52 pm
דורך האניג
אז מ'שמועסט שוין וועגן נייער פרישער זאכן, וואלט געווען א געשמאקער זאך (כ'בעט נישט, כ'דערצייל בלויז אן אינטרעסאנטע געדאנק...) אז ביי יעדער תגובה זאל שטיין פון אויבן אין קליינע אותיות ווי לאנג זינט דער פריערדיגע תגובה איז דאס געשריבן געווארן (מינוט, טעג, וואכן, חדשים, יארן וכו'...), ס'איז אייביג אינטרעסאנט צו זען ווילאנג נאכדעם האט איינער געענטפערט פאר'ן פריערדיגן...
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 06, 2010 4:04 pm
דורך קהת
רוב סייטס גייט עס אז אויב מען לייגן אריין די פאלטשע PIN דארף מען נישט נאכאמאל שרייבען די USER NAME און דא יא. פארוואס???
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 06, 2010 4:07 pm
דורך האניג
עקסטרערע סעקיורעטי קעגן גרויזי נישט צוצונעמען אונזערע ניקים...
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 06, 2010 4:30 pm
דורך jkup50
האניג האט געשריבן:אז מ'שמועסט שוין וועגן נייער פרישער זאכן, וואלט געווען א געשמאקער זאך (כ'בעט נישט, כ'דערצייל בלויז אן אינטרעסאנטע געדאנק...) אז ביי יעדער תגובה זאל שטיין פון אויבן אין קליינע אותיות ווי לאנג זינט דער פריערדיגע תגובה איז דאס געשריבן געווארן (מינוט, טעג, וואכן, חדשים, יארן וכו'...), ס'איז אייביג אינטרעסאנט צו זען ווילאנג נאכדעם האט איינער געענטפערט פאר'ן פריערדיגן...
וואס איז אזוי שווער אויסצירעכנען עס שטייט קלאר העכער יעדע תגובה ווען עס איז געשיקט געווארן ?
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 06, 2010 5:21 pm
דורך האניג
מיר לעבן היינט ברוך השם אין אמעריקא (גילוי?...) שנת 2010 למספרם (גילוי?...), ווער קען דען זיצן און אויסרעכענען?...
למעשה אבער, ווער קוקט למעשה ארויף און אראפ אויפ'ן דאטום און צייט און רעכענט אויס וואס דער חילוק איז? (צום מינוט זיכער נישט.) נאכאמאל, ס'נישט א זאך וואס מ'דארף האבן, נאר אויב ס'למעשה דא איז עס זיכער נוצבאר און געשמאק צו זען איין תגובה נאכ'ן צווייטען ווילאנג ס'האט גענומען צווישן שאלה און תירוץ.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 06, 2010 5:28 pm
דורך האניג
און אז מ'רעדט שוין פון דעם, כ'ווייס נישט וויפיל אידן פארלאזן זיך אויפ'ן אימעיל צו זען צי ס'דא אן אפדעיט אין א אשכול, אבער דאס איז דער איינצגיסטער וועג איך זע, און למעשה קומט דער אימעיל אן א שיינע (בעסער: הערליכער) פאר מינוט שפעט, און איינער וואס דארף נוטיג הילף אין א נושא (אדער סיי וועלכער טיים סענסיטיווער שמועס) דארף ווארטן די עטליכע לאנגע מינוטן ביז ס'קומט אן אין יענעם אינבאקס, און ביז יענער ריספאנדעדט, אפילו אויפ'ן מינוט, נעמט איבער צען מינוט!
(...וואס דאס קען זיין טויטליך פאר איינער וואס כאפט א הארץ אטאקע רח"ל און פרעגט אן הצלה'ס נומער... היל"ת, העי, דאס איז שוין נישט קיין ווערטל, ביי אידן איז דאס ב"ה נישט דערהערט געווארן, אבער אין די גוישע טוויטער וועלט איז דאס שוין געשען עטליכע מאל וואס איז געשען אן עמערדזענסי און קודם האט יענער עס געטוויט און הערשט דערנאך גערופן פאר הילף!...)
כ'בין נעכטען אנגעפרעגט עטליכע שאלות אין א פראגראם פארום, און כ'האב אכט גענומען אז דער מינוט יענער האט געענטפערט איז עס שוין געווען אין מיין אינבאקס!
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 06, 2010 7:09 pm
דורך געלעגער
האניג דו רעדסט דאך פיין און גוט (קרעדיט: מגמג)
וואו אזוי צו שאפן אפאר דאללער פאר קרעטשמע ווייסטו אויך?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 07, 2010 8:49 am
דורך האניג
דאס ווייסט שוין ארענדער אויך, אזוי ווי ער האט שוין געשריבן: עדווערטייזמענטס.