בלאט 7 פון 12

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 22, 2013 4:54 pm
דורך שנאפס
דריק אומגעליינטע אשכולות וועסטו נישט האבן דעם פראבלעם

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 22, 2013 10:57 pm
דורך לוי יצחק
וואס האסטעך דערמאנט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:43 am
דורך שנאפס
דערמאנט וואס?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 24, 2013 10:37 am
דורך האניג
הצעות פאר'ן נייער קרעטשמע:

א נייע קרעטשמע.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 24, 2013 10:37 am
דורך מומחה עצום
קודם דארף מען א נייע קרעמער

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 24, 2013 10:12 pm
דורך לכתחילה אריבער
קנעפעל פאר א "עקסטערע אשכול" אלערט.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 24, 2013 10:19 pm
דורך יוסף שרייבער
אויב שוין יא דאן א קנעפל פאר 'עני לכתחילה עוועיליבעל אלערט'.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 26, 2013 10:19 am
דורך ווינקל
און ביי זכור ימות עולם א יוסף שרייבער אלערט...

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 26, 2013 10:24 am
דורך מומחה עצום
זייער וויכטיג איז א "נייע קרעטשמע" אלערט

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 26, 2013 10:34 am
דורך משה יענקל
ברעקינג: די נייע קרעטשמער וועט מען לאנטשען ממש בקרוב....
ווען מען וועט ארויס מאפען צום נייען שטעטל.....
עס וועט ממש זיין אן אנגענעמען הרחבת הדעת....

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 26, 2013 10:37 am
דורך מאנ-יימער
מ'זאל באקומען אן אלערט יעדע מאל דיין ניק ווערט דערמאנט ערגעץ אויפן וועלטעל.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 26, 2013 10:39 am
דורך מומחה עצום
פשוט א שאד צו שרייבן דא ווייל דער פריץ האט מיר אויסדרוקליך געזאגט אז ווילאנג מען באצאלט נישט, וועט קיין נייע קרעטשמע ניט זיין.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 26, 2013 10:45 am
דורך יוסף שרייבער
מאנ-יימער האט געשריבן:מ'זאל באקומען אן אלערט יעדע מאל דיין ניק ווערט דערמאנט ערגעץ אויפן וועלטעל.

נאט עי בעד איידיע.
ווי יענער האט געזאגט איך גוגל מיך איינמאל א חודש צו מאכען זיכער איך עקזעסטיר נאך.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 26, 2013 11:00 pm
דורך לוי יצחק
טייבעלע האט עפעס אזוינס, לאמיר נאר זעהן ווילאנג ס'עט נעמען צו באמערקן דע תגובה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 8:35 am
דורך טייבעלע
א גוטע זאך צו האבן אזא דערמאנונג, שוין געשריבן ערגעץ דערוועגען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 9:17 am
דורך מומחה עצום
רוב זאכן וואס ווערן דא דערמאנט קען מען לייכט צולייגן צו די סייט אן בויען א נייע קרעטמע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 9:20 pm
דורך מייקראסאפט
פי עיטש פי ביבי האט אזויפיל Mods ציצולייגען, ארענדער איז נאר ביזי. ער זאגט אז נאך די הייליגע טעג וועט ער מער קענען. מיר ווארטען מיט שפאנונג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 9:25 pm
דורך מומחה עצום
פארוואס נעמט מען נישט אויף א משנה לארענדאר אזוי אז אויב איז ארענדאר ביזי זאל ער עס קענען מאכן מיט די צושטימונג פון ארענדאר

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 28, 2013 12:25 pm
דורך ווינקל
פרעג וויכי.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 15, 2013 11:33 am
דורך מומחה עצום
איך וויל פארשלאגן אז ווען איינער ציטירט א תגובה אן צולייגן גארנישט, פלעין ציטיר און שלח, זאל דער ארגינעלער שרייבער אויך באקומען קרעדיט דערפאר און זיין מספר תגובות זאל ארויפגיין פונקט ווי ווען ער זאל ווען האבן געשריבן די תגובה.
א בחינה פון תגובותיו דובבות

אויב לייגט מען צו עפעס אייגנס דאן ווערט עס נישט גערעכענט ווי א קרעדיט און נאר דער שרייבערס מספר גייט ארויף.

געפעלט אייך?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 15, 2013 12:38 pm
דורך פאמיליעמירעלס
יוסף שרייבער האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:מ'זאל באקומען אן אלערט יעדע מאל דיין ניק ווערט דערמאנט ערגעץ אויפן וועלטעל.

נאט עי בעד איידיע.
ווי יענער האט געזאגט איך גוגל מיך איינמאל א חודש צו מאכען זיכער איך עקזעסטיר נאך.


עס דארף צו זיין א אפשען צו דרוקן TAG אויף א ניק'ס נאמען און עס קומט אויס אזוי @מאנ-יימער, און דער דערמאנטער באקומט א הודעה אישית דערוועגן.
עס וואלט געווען זייער גוט אויב מען קען דאס איינפירן ביי אונז.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 15, 2013 1:10 pm
דורך לכתחילה אריבער
מומחה עצום האט געשריבן:איך וויל פארשלאגן אז ווען איינער ציטירט א תגובה אן צולייגן גארנישט, פלעין ציטיר און שלח, זאל דער ארגינעלער שרייבער אויך באקומען קרעדיט דערפאר און זיין מספר תגובות זאל ארויפגיין פונקט ווי ווען ער זאל ווען האבן געשריבן די תגובה.
א בחינה פון תגובותיו דובבות

אויב לייגט מען צו עפעס אייגנס דאן ווערט עס נישט גערעכענט ווי א קרעדיט און נאר דער שרייבערס מספר גייט ארויף.

געפעלט אייך?

דארפסט פארשטיין, נישט יעדער איינער זאגט אזוי גיט ווי די, אז אנדערע טיען כסדר צוטירען...... סא האט נישט יעדער דעם טענה!

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 15, 2013 1:14 pm
דורך מאנ-יימער
מומחה עצום האט געשריבן:איך וויל פארשלאגן אז ווען איינער ציטירט א תגובה אן צולייגן גארנישט, פלעין ציטיר און שלח, זאל דער ארגינעלער שרייבער אויך באקומען קרעדיט דערפאר און זיין מספר תגובות זאל ארויפגיין פונקט ווי ווען ער זאל ווען האבן געשריבן די תגובה.
א בחינה פון תגובותיו דובבות

אויב לייגט מען צו עפעס אייגנס דאן ווערט עס נישט גערעכענט ווי א קרעדיט און נאר דער שרייבערס מספר גייט ארויף.

געפעלט אייך?

אמממ.... נישט ממש, ווייל למעשה האט יענער נישט געשריבן אזויפיל תגובות וויפיל ס'גייט שטיין ביי זיין פראפייל, אויב עפעס אפשר אן עקסטרע חשבון וויפיל מאל זיינע תגובות איז שוין געווארן ציטירט.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 15, 2013 1:15 pm
דורך פאמיליעמירעלס
דאס איז דאך דער לייק סיסטעם.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 15, 2013 2:58 pm
דורך לוי יצחק
@יימער, וואסי א חילוק צו ס'שטייט א מספר און א חלק איז געמעקט?