בלאט 5 פון 12

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 2:07 pm
דורך ווינקל
הרב פעדער זעט דעם אשכול מעגליך וועט עס אביסל פארענטפערן אייערע פראגן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 3:05 pm
דורך פעדער
כ'זעה דו כאפסט אינגאנצן נישט וואס איך מיין . סאו וועל איך עס מסביר זיין און צולייגן פאר דיר אויף פיטער ברויט. אזוי ווי דער רבי איז מסביר די רש"י פון די אפוד.
איך בין היפש ניי דא. און איך בין מער פאראינטרעסירט אין די אלטע באגראבענע ארטיקלען אין קעלער..ווייסע'ך מיין?? די לענגערע זיסע באשרייבונגען און באלערנדע בייאגראפיעס, פון די אלט געזעסענע. אזוי ווי די קאפל אין באנק. לעווי'ס סחורה..יגרל'ס..יענטאאש'ן..איך הער..שוועמל'ס רעיונות.. איך זאג נישט ווייטער, ווייל מ'זאל נישט מיינען אז זו ולא עוד..אבער כ'האב נישט די צייט צו ארומקלעטערן אין פארגעשריטענע זיכענישן, אויסוועלן די וואס זענען אינטערעסאנט פאר מיר, פון די ספעציפישע נושאים, וועלכע איך גלייך..(אפ' פונעם זעלבן שרייבער)...

איי "חפש הודעות המשתמש"? דאן קומט אבער ארויף אויך אלע גרעבעכצער פון דעם יעניגן , וואס דערין בין איך נישט אזוי נייגעריג.. און ווייטער אויב איז יענער א שר השיליאנען, דאן האב איך א טעקע פון 150 בלעטער דורכצוזייען...

וכמו זה, האב איך פריער אין טאג געזוכט א אשכול וואס רעדט פון בעקאפ פאר א קאמ.. יעצט, וויזוי זאל איך וויסן וויזוי דער אשכול ווערט אנגערופן..כדי צו זעהן אויב מ'רעדט שוין דערפון. און נישט פארשריגן ווערן פון וויכי. דו האסט א השגה ווי לאנג כ'האב מיך געדארפט קראצן אויסצופיגערן די פונקטליכע אויסלייגן פונעם אשכול-קעפל צו ס'איז בעקאפ צושניטן אינדערמיט, - אזוי - בעק אפ. אדער ס'איז אויף ענגליש, רוסיש, אד"ג.

אנדערש וואלט אבער געווען מיט א פונקטליכע מפתח, מיט אנווייזונגען אויף אלעם...אזוי ווי די ארטיקלען מפתח אין די אלטע סייט..."סמעטענע ארטיקלען"..

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 3:58 pm
דורך האניג
אקעי, וואס פעדער זוכט איז פשוט דאס וואס פראג האט שוין לאנג: לעיבילס. פשוט. יעדער אשכול וועט יעדער קענען צולייגען לעיבעלס. קאמפיוטער, אידישקייט, משוגעת'ן, קריטיק, קרעטשמע, קרעמער, כאלערע, וכו' וכו'.

איין ראי' אז דער מהלך ביז יעצט דארף א תיקון, איז פשוט מ'האט געדארפט פיטערן פעדער די אלע אשכולות, ער האט עס נישט געקענט אליינס געפינען...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 4:34 pm
דורך פעדער
אה...דעטס מיי בוי.. יא גאט מיי פוינט....יא סי. דעטס וואר איים טאלקינג עבאוט..

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 21, 2011 2:50 pm
דורך thefact
האניג האט געשריבן:אקעי, וואס פעדער זוכט איז פשוט דאס וואס פראג האט שוין לאנג: לעיבילס. פשוט. יעדער אשכול וועט יעדער קענען צולייגען לעיבעלס. קאמפיוטער, אידישקייט, משוגעת'ן, קריטיק, קרעטשמע, קרעמער, כאלערע, וכו' וכו'.

איין ראי' אז דער מהלך ביז יעצט דארף א תיקון, איז פשוט מ'האט געדארפט פיטערן פעדער די אלע אשכולות, ער האט עס נישט געקענט אליינס געפינען...

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 21, 2011 2:53 pm
דורך פעדער
א עצה טובה סתם אזוי: ווען איינער מאכט א מפתח פאר זיינע ארטיקלען זאל ער אריינלייגן אינעם קעפל דערפאר, דעם ווארט "מפתח" ווייל דאס איז די ערשטע ווארט וואס קומט א מענטשן ארויף אויפ'ן געדאנק צו סוירטשן אויף.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 21, 2011 4:42 pm
דורך מומחה עצום
יעדע אשכול זאל אויך האבן טעגס אזוי ווי אלע גרויסע בלאג סייטס

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 3:28 pm
דורך פעדער
אין א אנקעטע זאל מען נישט קענען זעהן די רעזולטאטן, נאר נאכוואס מען האט געוועהלט פאר א אפציע, וויבאלד קוקן אויף די רעזולטאטן קען פיהל מאל האבן א השפעה אויף'ן מענטש, און אים מכריע זיין אויף וועלכע ענטפער ער זאל וועלן. זעענדיג הויכע נומערן ביי א בחירה וואס ער וואלט סתם אזוי נישט אויסגעוועלט.
איז איינער מחולק מיט מיר?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 5:35 pm
דורך מומחה עצום
גוטער איינפאל.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 8:15 pm
דורך האניג
און אויב האב נישט ספציעל קיין מיינונג דערין, נאר כ'וויל זען וואס אנדערע זאגן, וועל איך קוועטשן דער ערשטער וואס קומט מיר אונטער'ן מויזל, און דערנאך זען וואס כ'וויל...

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 14, 2011 6:37 pm
דורך ניק ניק
אין בעל הבית פארום איז דא א אפשען אינדערויסן ביי יעדן אשכול צו גיין גלייך צו די לעצטע תגובה, ס'זייער בא'טעם'ט, איך בין מציע צו קאפירייטן, אנטשולדיגט ווייס סעכממיין, צו רייטן writen און קאפיען copy'n.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 14, 2011 6:38 pm
דורך שמן למאור
דא קענסטו אויך, נאך מער, דא קענסטו גיין צו די לעצט אומגעליינטע תגובה, למשל, דו האסט שוינישט געליינט די לעצטע 10 תגובות פונעם אשכול

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 14, 2011 6:43 pm
דורך שמן למאור
האי לך סקרין שאט

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 01, 2012 10:00 pm
דורך לאדיךארויס
איך וואלט אנגעטראגן אז פונקט ווי ביי טוויטער זאל מען קענען דא אויך שרייבן פאר א ניק די דאזיגע שטרודל סימבאל @ און דאן וועט די ניק ווערן געפארבט פון שווארץ אויף בלוי.
די מעלה דערפון איז אז אזוי זאל מען קענען אריין קליקן אין יענע ניק נאמען, און זען זיין גאנצע ביאגראפיע.
ווי אויך וועט א יעדער תושב דא קענען זען ווען איינער ציטירט זיינע ווערטער, אדער ווען עמיצער שרייבט עפעס אויף אים וכו׳....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:50 pm
דורך האניג
גוט געזאגט!

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 09, 2012 10:06 pm
דורך תרנגול
ביי די רשימה פון אלע באנוצער קען מען סירטשען די נאמען פון א ניק נאר לויט די ABC, וואס דאס מאכט לכאורה אז מ'זאל נאר קענען טרעפן ענגלישע ניק'ס. עס וואלט געמעגט זיין אויסגעשטעלט לויט די א-ב אויך....

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 09, 2012 10:18 pm
דורך געלעגער
נאך די ABC קומט די אלף בית

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 10, 2012 11:31 am
דורך תרנגול
געלעגער האט געשריבן:נאך די ABC קומט די אלף בית

איך זעה נישט. פון ווי רעדסטו?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 10, 2012 12:55 pm
דורך שנאפס
עס איז נישט דא קיין אלף בית ביי מיר, איך נוץ סובסילווער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 04, 2012 4:44 pm
דורך שמעק_טאביק
די פרידאם טאוער נעמט שוין שנעלער ווי די נייע קרעטשמע? אתמהה!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 04, 2012 11:00 pm
דורך קוועטשער
שמעק_טאביק האט געשריבן:די פרידאם טאוער נעמט שוין שנעלער ווי די נייע קרעטשמע? אתמהה!


יא יא יאך בין אנגעקומען דא אפאר טעג נאכן עפענען/פארשפארן דעם נייעם סייט און גארנישט...

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2013 1:40 pm
דורך יוסף שרייבער
אויף אוצה"ח איז דא א אפשען 'ניהול נודניקים' צו בלאקען נודניקים, איז דא פארהאן אזא אפשען און אויב נישט איז מעגליך צו בעטען פון די הנהלה עס צוצושטעלען?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 05, 2013 1:07 pm
דורך גוגל
אפשר קען מען צולייגען מער שארטקאטס ווען מען קומט צירוק יעדן טאג, אזוי ווי דאס
ivelt.JPG

אזוי קען מען ליינען וואס מען איז מער און די מאד

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 05, 2013 1:29 pm
דורך שנאפס
יוסף שרייבער האט געשריבן:אויף אוצה"ח איז דא א אפשען 'ניהול נודניקים' צו בלאקען נודניקים, איז דא פארהאן אזא אפשען און אויב נישט איז מעגליך צו בעטען פון די הנהלה עס צוצושטעלען?


דו רעדסט פון אישי?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 05, 2013 5:50 pm
דורך יוסף שרייבער
ניין פון תגובות.