דאס זיכן האט געטראפן 188 רעזולטאטן
צוריק צו די פארגעשריטענע זוכן
זונטאג יוני 15, 2008 5:35 pm
גערן. שרייב מיר דא/דארט א קשיא-צוויי, וועל איך פרובירן ענטפערן. אנדערש וועט עס פארנעמען צופיל צייט.
זונטאג יוני 15, 2008 5:32 pm
יאהאן, גאר בקיצור: נאמינאטיוו - דער (מענטש/זאך וכו') וואס טוט אדער ווערט געטון (ביי פועל עומד - דער מענטש פארט); אקוזאטיוו - זאך/מענטש וואס נעמט אפ די פעולה - די פעולה ווערט דערמיט געטון (ביי פועל יוצא - משה נעמט א -טיש-); דאטיוו - וואס האט אן אומדירעקטע שייכות צו דער פעולה, איז נישט דער טוער, אויך ...
זונטאג יוני 15, 2008 5:24 pm
קרעמער, וואלפגאנגס פירוש איז ריכטיג.
בני היכלא, געאיילט און געיאגט זענען געווענליך פעולות, אבער די איבעריגע וואס דו האסט אויסגערעכנט זענען אדווערבן. איילעוודיג וואלט געווען אפשר בעסער.
פרייטאג יוני 13, 2008 3:42 pm
סאכדעס,
יישר-כח פאר דיינע פילצאליגע יישר-כחס לעצטנס.
בני היכלא, ריכטיג. כ'שטים איין מיט דיין הסבר. יישר כח און שלו' עליכם, וועלקאם בעק!
פרייטאג יוני 13, 2008 3:40 pm
scy4851, האלט זיך רואיג און ווער נישט געכאפט אין פלאחראחנאטיע. קיינער קוקט נישט נאך, נישט דיך און נישט אנדערע. עס זענען נישטא קיין געהיימע אגענטן און שפיאנען. מ'וועט דא קיינעם נישט כאפן ביים ווארט, אדער ביים אות. די כוונה איז נאר טעותים אין אלגעמיין וואס כאפן זיך אריין ביים עולם, נישט יעדער גרייז וו...
פרייטאג יוני 13, 2008 2:44 pm
דער קאנטראסט
דער קעגנזאץ
די סתירה
פרייטאג יוני 13, 2008 2:43 pm
די השפעה
דער עפעקט
די ווירקונג
דער איינפלוס
דער אפרוף
פרייטאג יוני 13, 2008 2:41 pm
די סכנה
די דראאונג
די געפאר
די ריזיקע
די אוואנטורע
פרייטאג יוני 13, 2008 2:36 pm
די מלחמה
דער קאמף
די שלאכט
דער קאנפליקט
דער שטרייט
דאס אמפערניש
דאס געפעכט
דאס קריגעריי
דאס מחלוקת
דאס געשלעג
דער פארמעסט
פרייטאג יוני 13, 2008 2:31 pm
דער שוץ-מיניסטער
דער פארטיידיגונגס-מיניסטער
פרייטאג יוני 13, 2008 2:31 pm
באשיצן
באשירעמען
פארטיידיגן
אפהיטן
באוואכן
פרייטאג יוני 13, 2008 2:26 pm
דאס איינרעדעניש
די פאנטאזיע
די אילוזיע
דער דמיון
דער מיטאס
די לעגענדע
פרייטאג יוני 13, 2008 2:26 pm
אומפעאיג
אומפאסיג
אומטויגליך
אומבאלומפערט
אומגעלונגען
שלימזל
פרייטאג יוני 13, 2008 2:25 pm
אומשאצבאר
אומגעהויער
געוואלדיג
מורא'דיג
אין-לשער
אומבאגרייפליך
פרייטאג יוני 13, 2008 2:23 pm
עקשנות'דיג
איינגעשפארט
הארטנעקיג
אנטשלאסן
פעסט
אומבויגזאם
דאנערשטאג יוני 12, 2008 10:44 pm
איך מיין עס וואלט געווען א געוואונטשענע טעמע - טעותים, אנווייזן אויף טעותים וואס גנב'ען זיך אריין צווישן אידישע שרייבער, סיי שרייבער פון בארוף און אויך סתם עמך וואס שרייבן דא און דארט א צעטל, א מודעה, אן אי-מעיל, צי א תגובה. דא אויפן שפיץ פינגער ליגן מיר איצט צוויי-דריי טעותים אויף אנצוהייבן: שטומען...
דאנערשטאג יוני 05, 2008 6:15 pm
יאהאן, ערגעץ-וואו זענען שוין יא געווען עפעס כללים, אבער איך ווייס נישט פינקטליך וואו, און כ'האב נישט די צייט צו זוכן. מן-הסתם אין דער "שפראך" אפטיילונג. כ'קען זיך נישט דערלויבן אנצוהייבן אזא סעריע, ווייל די צייט איז באגרעניצט. מיין קארגע באטייליגונג דא קאסט אויך טייער צייט. איך שעץ שרייבער...
מיטוואך יוני 04, 2008 6:33 pm
-געזען- איך פארשטיי אז דו האסט מיר געמיינט, אבער צווישן די אידיש-שרייבערס איז "געזעהן" זייער אנגענומען. שמערי, איך האב געהאט ציטירט יאהאנען, נישט דיך. אנטשולדיגט פאר'ן דיך איגנארירן 8.) ציטירנדיג דיך איצט, בין איך דיר מייעץ: לאז ארויס דעם ה'. וועסט טרעפן גוטע אידיש-שרייבערס ביי וועלכע &qu...
מיטוואך יוני 04, 2008 4:41 pm
אקדמות מילין, א גרויסן דאנק פאר אייך הרב מאשקע פארן ארויסברענגן דאס ווייגעשריי וואס מאנכע צווישן אונז שפירן אבער ווערט נישט ארויסגעברענגט אין די עפנטליכקייט. עס איז מיר נישט פארבליבן אסאך וואס צו צולייגן, און ווי אלע האבן שוין ערווענט איז דער פראבלעם בלויז א קליינער טייל פון א גרעסערער דערקייקלונג ...
פרייטאג מאי 30, 2008 4:23 pm
בס"ד, בחור'ל - איך האב נישט געגלייבט מ'וועט נאך קענען זאגן אויף א היינטיגן 'מאנטשיק אז ר'שרייבט כמעט ווי דער בארימטער זאריצקי אין חב"דסקער "די אידישע היים", צעגאסן מיט אזא חן, א מבול פון ווערטער וואס גיסן כאילו ארויס פון קאנטראל אבער ביים ליינער פארמירט זיך א צוקערדיגע הנאה פון ...
דאנערשטאג מאי 29, 2008 10:57 pm
קרעמער האט געשריבן:אידיש האט געשריבן:. לשון-הקודש איז אן אינטעגראלער טייל פון אידיש, און עס טוט דווקא בארייכערן די שפראך.
די 'בולט'ע זאץ מאכט מיר טראכטן אז דו שרייבסט די "מאמע לשון" און "בארייכער דיין ווערטער אוצר" פון "מעלות". עי' חודש אייר תשס"ח.
גראדע נישט
מיטוואך מאי 28, 2008 4:25 pm
אנדי, אידיש אן לשון-הקודש'דיגע ווערטער איז נישט קיין שפראך. לשון-הקודש איז אן אינטעגראלער טייל פון אידיש, און עס טוט דווקא בארייכערן די שפראך. פאר'ס און אקעגנ'ס איז נישט אידיש. דאס נענטסטע וואס מ'קען קומען דערצו אויף אידיש איז: די סיבות אויף יא אדער נישט, אדער די סיבות פאר און קעגן [דעם פארשלאג]. אז...
דינסטאג מאי 27, 2008 5:58 pm
קרעמער, גערעכט: מעלות און חסרונות.
אנדי, ס'איז אידיש.
קרעמער, האסטו ציטירט דעם זאץ פון מעלות?
מאנטאג מאי 26, 2008 10:08 pm
רעזערווירן, פריי האלטן
מאנטאג מאי 26, 2008 10:06 pm
נוגע
רעלעוואנט
שייך
אקטועל