Advertisement

דאס זיכן האט געטראפן 188 רעזולטאטן

צוריק צו די פארגעשריטענע זוכן

מאנטאג מאי 26, 2008 5:21 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
נושא: סינאנימען
42 2479
דער באגער

די גלוסטונג (דער גלוסט)

דער חשק

די תאוה

די ליידנשאפט

דער דארשט

דאס לעכצעניש (די לעכצונג)

מיטוואך מאי 21, 2008 10:27 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
נושא: סינאנימען
42 2479
דערקוטשען

פייניגן

רודפ'ן

באלעסטיגן

פארפאלגן

דערגיין די יארן

ברענען די טריט

דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:18 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
נושא: ווערב, נאון, אדזשערקטיוו, וכדו'
5 615
סאכדעס, יא, דיינע פינטעלעך זענען גוט. עלה והצלח.

דא האסטו נאך א שטיקל הסבר:

אן אדיעקטיוו (וואס באצייכנט די קוואליטעט פון א זאך) ענטפערט אויף דער פראגע: וואספארא? און וועלכער?

אן אדווערב (וואס גיט צו אינפארמאציע וועגן א פעולה) ענטפער אויף דער פראגע: ווי אזוי? וואו? און ווען?

דאנערשטאג מאי 15, 2008 4:45 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
נושא: אזש ווערטער
34 1887
[דער] מאחסאחזש

דאנערשטאג מאי 15, 2008 4:45 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
נושא: אזש ווערטער
34 1887
יישר-כח קרעמער און אלץ-ווייסער.

ריכטיג, ערנסטער. פייסאזש/Landscape איז דער אויסזען/בילד פון א שטיקל לאנד-שטח.

עס איז אבער דא א גאנץ פשוט-אידיש ווארט דערויף: [די] לאנדשאפט.

אויך פאר טריאזש וואלט איך געזוכט א מער-אידיש ווארט אויב איך וואלט עס אמאל געדארפט ניצן.

פרייטאג מאי 09, 2008 3:58 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
נושא: ווערב, נאון, אדזשערקטיוו, וכדו'
5 615
נאון איז א זאכווארט - א ווארט וואס באצייכנט א זאך. א זאך הייסט אויך א מענטש, א בעל-חי, א מצב. למשל, דאס ווארט ווארט איז א זאכווארט. מענטש איז א זאכווארט. באבע איז א זאכווארט. הימל אויך. פען, וואנט, דאך, קאץ - איך קוק זיך דא פשוט ארום. א פעולה איז נישט קיין זאכווארט. שפרינגען איז נישט קיין זאכווארט, ...

פרייטאג מאי 09, 2008 3:52 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
נושא: אזש ווערטער
34 1887
אלעקסיי, קרעמער איז גערעכט: קאמופלאזש. קרעמער, קאמפולאזש איז גענוצט געווארן אין אידיש, באראזש נישט. היינט ניצט מען עס? קען זיין. איך פערזענליך פרוביר נישט צו ניצן קאמפולאזש אויך נישט, פונקט ווי נאך א סך פון די אזש ווערטער. איך ווער אבער נישט פארכאפט פון היינטיגע יונגאטשעס, וואס האבן נישט קיין שום גר...

דאנערשטאג מאי 08, 2008 7:43 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
נושא: אזש ווערטער
34 1887
קאמופלאזש

דאנערשטאג מאי 08, 2008 7:43 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
נושא: אזש ווערטער
34 1887
קרעמער,

וואס הייסט צי מ'מעג? מ'שרייבט דאך עס אן א ד'.

באראזש? ס'איז נישט א ווארט וואס מ'ניצט אין אידיש.

מיטוואך מאי 07, 2008 9:23 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
נושא: "אמערידישע" ווערטער!
6 564
איך האף אז אויך פאר "אמערידיש" וועט געפונען ווערן א בעסער ווארט. כ'בין נישט קיין אנהענגער דערפון. אמעריקאניזם איז א ווארט וואס פראפעסיאנאלן האבן באנוצט, אזוי ווי אינטערנאציאנאליזמען פאר אינטערנאציאנאלע ווערטער וואס ווערן באנוצט אין אידיש, און ווייניגסטנס מיר געפעלט דער טערמין מער ווי אמערי...

מיטוואך מאי 07, 2008 3:04 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
נושא: אזש ווערטער
34 1887
מאשקע, אזש אליין איז נישט קיין זאכווארט. מאשקע און ניין - על משכבי בלילות זענען מיר אריינגעקומען טאקע די ווערטער - רעפארטאזש און מאנטאזש אין געדאנק. מאנטאזש קען איך פון דעם באנוץ פון פאטא-מאנטאזש. לאמיר צולייגן: קוראזש אימאזש שוועמל, דו ביסט ערנסט? כ'האב נאך דאס ווארט ראחפלאטגאחזש אין מיין לעבן נישט...

מיטוואך מאי 07, 2008 2:51 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
נושא: עס טוט מיר וויי, רבותי וויינטס מיט מיר
193 12080
אידיש אויב שטערט דיך אזוי דער מצב אין אידיש געשרייבעכץ, איז מען נישט עאכו"כ בארעכטיגט צו ווייטאגן אויפ'ן אלגעמיינעם שפלות'דיגן מצב - וואס די שרייבעריי איז בלויז א קליין צווייגל דערפון? ===עס איז א שאד ווען מענטשן קענען נישט זייער אייגענעם פאך. דאס אלץ. פעסימיזם איז נישט אלץ א ציל; עס איז א ווע...

אזש ווערטער

דינסטאג מאי 06, 2008 8:31 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
נושא: אזש ווערטער
34 1887
ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט -אזש ווערן באטראכט אין אידיש אלס לשון-זכר, דעריבער ניצט מען ביי זיי דעם "באשטימטן ארטיקל" דער . אין דעם אשכול וויל איך צוזאממעננעמען די ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט -אזש. איך האב נישט דערמיט קיין ספעציעלן ציל, נאר סתם אזוי פאר אינטערעסאנטקייט. אויב עס פאלט אייך א...

מאנטאג מאי 05, 2008 6:41 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
נושא: עס טוט מיר וויי, רבותי וויינטס מיט מיר
193 12080
כ'האב זיך ממש איצט אנגעשטויסן אין א ציטאטע פון אן עקספערט, און כ'קען זיך נישט איינהאלטן זיך צו טיילן דערין מיט אייך. איז דא האט איר:

Writing copy isn't necessarily about writing pretty. But it IS about making the copy disappear so the message itself can shine.

געוואלדיג אמת!

מאנטאג מאי 05, 2008 4:26 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
נושא: עס טוט מיר וויי, רבותי וויינטס מיט מיר
193 12080
יום טוב, איך האב הנאה פון דיין תגובה און פון דעם אופן ווי ס'איז געשריבן. האסט א פיינעם, אויסגעארבעטן, אינטעלעקטועלן פעדער, מוז איך זאגן. עלה והצלח. ניין, יישר-כח פאר דיינע פליסיגע געדאנקען. אבער פארוואס ניין? וואו וועט דיך דער פעסימיזם דערפירן? אפילו מאשקע האט שוין געגעבן גערעכט דערויף אז א שאד זיך ...

פרייטאג מאי 02, 2008 1:54 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
נושא: עס טוט מיר וויי, רבותי וויינטס מיט מיר
193 12080
זילבער,

דיינע באמערקונגען וועגן אידיש און אידישיסטן זענען אומפינקטליך. בכל-אופן, נישטא קיין סיבה צו נעמען דעם ענין אזוי ערנסט אדער פערזענליך. עס זענען דא אויך דא אשכולות אין דער קרעטשמע וואס איך אדער אנדערע האבן אין זיי נישט קיין אינטערעס.

דאנערשטאג מאי 01, 2008 5:23 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
נושא: עס טוט מיר וויי, רבותי וויינטס מיט מיר
193 12080
מילער, יישר-כח. וועלקאטם צו מיין תלמידים-קלוב:- איך דארף שוין האבן מער אחריות, אכטונג געבן פון טעותים, ווי עס שטייט אז ווען מ'איז משפיע צו תלמידים קען עס האבן ווייטגרייכנדע ווירקונגען. אנדי, מ'קען טרעפן ביכער פון שלעכטער קוואליטעט, אבער דו ביסט גערעכט אז אן ערנסטער פארלאג וועט עס נישט אננעמען צו דרו...

דאנערשטאג מאי 01, 2008 4:13 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
נושא: עס טוט מיר וויי, רבותי וויינטס מיט מיר
193 12080
מאשקע, וועל דאטן! נעם זיך נישט אזוי צום הארצן. ס'איז נישט געזונט. ס'איז אנגענעם צו זען ווי עס זענען דא וואס באטראכטן זיך אין א געוויסן זין ווי מיינע תלמידים. מילער האט מיך גערופן הרב, און דו, ערגעץ אויבן, מיסטער. נו, ס'איז געשמאק ווען מ'שפירט זיך היימיש מיטן רבין... זיי געזונט, און נאכאמאל, טשיל אחו...

דינסטאג אפריל 29, 2008 9:48 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
נושא: עס טוט מיר וויי, רבותי וויינטס מיט מיר
193 12080
מילער, איך וויל מוסיף זיין צו מיינע באמערקונגען אין די פריערדיגע צוויי פאסטן: איך בין נישט קיין מחנך, אבער ווייניגסטנס דער בעל-מלאכה ווערט דאך דערווארט צו קענען זיין פאך. רש"י זאגט דאך אז דער אומן ווערט אנגערופן על שם אומנותו... לאמיר זיך פארשטעלן א קעיטערער וואס ווייס נישט ווי אזוי צו קאכן. אי...

דינסטאג אפריל 29, 2008 9:36 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
נושא: עס טוט מיר וויי, רבותי וויינטס מיט מיר
193 12080
אנדי, רואה אני את דבריך. לגבי דעם וואס דו שרייבסט וועגן מבינים, און אויך די סיבה פארוואס אידישע אויסגאבעס פארקויפן זיך כאטש זיי זענען נישט ריכטיג געשריבן, ווייל עס זענען דא ווייניג מבינים, - וויל איך צוגעבן: אויף אידיש זענען דא ווייניג מיט א דורכשניטליכער הבנה דערין. דהיינו, נישט ווי ביי עפעס וואו ע...

דינסטאג אפריל 29, 2008 9:26 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
נושא: עס טוט מיר וויי, רבותי וויינטס מיט מיר
193 12080
זילבער טייערער, יישר-כח נאכאמאל פאר דיינע טייערע ווערטער. איך האב הנאה פון דיין ענטפער. איך וויל בלויז רעאגירן מיט צוויי-דריי קלייניגקייטן ווייטער דא צווישן די פאראגראפן. א מחיה צו לעזן אזא געשמאקע ענטפער פון דיר מר. אידיש, אט דאס מיינט געענטפערט מיט א קעגנזייטיגע רעספעקט. אידיש: >>>מ'דארף נישט זיין...

מאנטאג אפריל 28, 2008 5:45 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
נושא: סינאנימען
42 2479
דער פרט

די איינצלהייט

דער דעטאל

מאנטאג אפריל 28, 2008 3:57 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
נושא: עס טוט מיר וויי, רבותי וויינטס מיט מיר
193 12080
זילבער, שרייבסט: <<<און ניין, רוב מענטשן זענען נישט קיין אידיש פאנאטיקער, >> אידיש: כ'וויל זיך דא נישט אריינלאזן אין וויכוחים, נאר אזויפיל: מ'דארף נישט זיין קיין "אידיש פאנאטיקער" צו שרייבן ווי א מענטש. ס'איז א גרויסער יש לדון אויף די פונקטן וואס דו האסט געשריבן דא, כאטש יעדער איז מיט דיר ...

דינסטאג אפריל 15, 2008 9:26 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
נושא: עס טוט מיר וויי, רבותי וויינטס מיט מיר
193 12080
מאשקע, יישר-כח פאר דיינע באמערקונגען. איך האלט גראדע יא אז די צייטונגען זענען אסאך שולדיג. די רעדאקטארן וואס קענען נישט קיין אלף-בית האבן אויפגענומען פונקט אזעלכע עמי-הארצות צו שרייבן. עס איז אוועק א דור, און די היינטיגע שרייבערס זענען זייערע תלמידים וואס טרינקען זייערע מים העכורים און דינען אלס מאד...

מאנטאג אפריל 14, 2008 11:57 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
נושא: סינאנימען
42 2479
אגב, טייפא, דער "דאס" פאר ווערטער מיט ט' אדער ד' וואס זענען אין מערצאל -ער האט אויך אויסנאמען.

Advertisement