דאס זיכן האט געטראפן 580 רעזולטאטן
צוריק צו די פארגעשריטענע זוכן
דינסטאג יולי 07, 2009 10:00 am
רש"י אין בבא מציעא דף ע"ג ע"ב שרייבט: גוהרקא - עגלה מוכנת למרכבת אדם, ובלשון אשכנז רייטווג"ן . אויסער פון זיין געוויינלעכן 'לע"ז' כ'האב געטראפן אין פירוש רש"י 'לשון יון', 'לשון ערבית' און אפילו 'לשון רוסיא', אבער דאס איז איין פון די געציילטע מאל אז איך טרעף אין עם אזא ב...
מאנטאג יולי 06, 2009 5:50 am
רבותי! זייט מיר מוחל פאר א נארישע שאלה. אבער ס'דאך א תורה היא וללמוד אני צריך. ס'איז באוואוסט אז עטלעכע פון די חסידים הראשונים פלעגן לאו דוקא מקפיד זיין אויפן זמן התפילה און טיילמאל האבן געדאוונט שפעט. און נישט נאר אין א מצב פון בדיעבד נאר דוקא אין אן אופן פון לכתחילה - קובע זיין תפילת שחרית אזוי אז...
מאנטאג יולי 06, 2009 4:03 am
farshlufen האט געשריבן:רש"י הק' אין פרשת חקת [כ"א ט' ] זאגט: על נס. על כלנס שקורין פירטק"א בלע"ז עכ"ל הק'.
...
Vertical
בלע"ז כנלפע"ד.
דאס זעט אויס מעגלעך. אבער אין מיין גרסא עס שטייט אין רש"י דארט ' פירק"א ' (אן קיי טי"ת) און זעט אויס נענטער צו fork.
דאנערשטאג יוני 25, 2009 4:40 am
געהערט נעכטן אויפן פארברענגען. אז מ'זאגט אז עפעס א איד איז א 'ותיק וחסיד', מ'מיינט אזוי: א 'ותיק' איז איינער וואס דאוונט פרי און גיך. א 'חסיד' איז איינער וואס דאוונט שפעט און פאמעלעך. און וואס זשע מיינט אז עמיצער איז א ותיק וחסיד? אז ער דאוונט שפעט און גיך. נ.ב. פארשטייט זיך אז ס'קען זיין אויך למעלי...
מיטוואך יוני 24, 2009 10:24 am
איך ווינטש הצלחה רבה ומופלגה פאר די ביידע זייטן אין איראן...
הלואי זאל זיי אויפעסן איינער דעם צווייטן.
דינסטאג יוני 23, 2009 10:17 am
יידישיסט האט געשריבן: מערב איז פון אונטן (אחרון)
פון
הינטן.
דאנערשטאג יוני 18, 2009 7:40 am
הבעיה (גם זו מילה שמשתמשים בה במשמעות לא נכונה, שהרי פירושה הנכון הוא כמו 'איבעיא' שבגמרא שהיא שאלה שיש לה פתרון, ואילו בעברית המדוברת 'בעיה' היא צרה ללא מענה ופתרון) אכן ישנן בעיות שאין להן פתרון, אך ב"ה למרביתן - יש ויש. :wink: דאס איז גורם אז ווען א קינד לערנט "אחד אחוז מן החמשים"...
דינסטאג יוני 09, 2009 4:18 am
מען דערציילט אז עס איז געווען אמאל א גרויסער פיזיקער (פארגעסן ווער..) וואס מען האט אים געזאגט אז ער איז דער דריטער מענטש נאך איינשטיין וואס האט ארויס ריכטיג די רעלאטיוויטעטס-טעאריע. דערויף האט יענער רעאגירט: "אזוי? ווער איז דער צווייטער?..." דאס דערציילט מען וועגן ארטור עדינגטאן: http://e...
דאנערשטאג יוני 04, 2009 4:08 am
פארום:
ידיעות התורה
נושא:
א גוט ווארט
160
20411
געהער א ווארט פון חדושי הרי"מ: ווען ער איז געווען א אינגעל מ'האט עם פארהערט אויף די מסכתא בבא מציעה. אפן דף לז ע"א שטייט דארט אין משנה: שנים שהפקידו אצל אחד זה מנה וזה מאתים זה אומר שלי מאתים וזה אומר שלי מאתים נותן לזה מנה ולזה מנה והשאר יהא מונח עד שיבא אליהו א"ר יוסי א"כ מה הפ...
דאנערשטאג יוני 04, 2009 3:53 am
איך האב אויבן דערמאנט די סעריע פון 'סורקיש, חנליש און מייזליש', נאך אין די סעריע; איסרליש, איידליס, ביילוש, בייליס, געלליס, הענדילס, טויבש, ייטלס, מארילעס, מארקוס, נחמיאש, פערילס, רבקש. די אינטערעסאנטסטע זאך אין דער סעריע איז אז כמעט אלע פאמיליע-נעמען אין איר שטאמען נישט פון מענערישע ,נאר פון ווייב...
זונטאג מאי 31, 2009 9:27 am
די ווערטער 'סקאבעלעקלעך' און 'אגולנע' זענען סלאווישע - זיי געפינען זיך (בשינויים קלים) נישט נאר אין פויליש, נאר אויך אין רוסיש און אוקרייניש. 'סקאבעלעקלעך' איז א אידישע פארעם פון דעם ווארט 'סקאָבַא' (скоба - skoba) אדער 'סקאבקא' (skobka), וואס מיינט עפעס אן אייזערנע ארטיקל אין א פארעם פון א האלב-רינג.
זונטאג מאי 17, 2009 8:10 am
יידישיסט, לויט רעלאטיוויטעט טעאריע אין רוים-צייט נישטא קיין אבסאליוט הארטע זאכן (Rigid body), וועגן דעם די פראבלעם פון מאסע (וואס מוז זיין נול אדער אפילו נעגאטיווע) באמת עקזעסטירט נישט.
קוק צום ביישפיל דא:
http://en.wikipedia.org/wiki/Ehrenfest_paradox
מאנטאג מאי 04, 2009 10:18 am
א דאנק הרב ערנסטער, איך האב אין דעם געהאט מיין ספק. יעדנפאלס, אפשר קענסטו מיר ערקלערן וויאזוי דאס קען שטימען מיט די אנדערע פארמולאס (נוסחאות) פון איינשטיין אז א מאסע וואס גרייכט א שנעלקייט ווי די ליכט מוז אינגאנצן פארלירן איר גרויסקייט. ד.ה. אין אנדערע ווערטער אז יעדע מאסע - אלס א מאסע - קען קיינמא...
זונטאג מאי 03, 2009 10:45 am
נאר דאס אלעס איז וואס שייך די פראגע צו די זון שטייט אדער פארט. עס איז אבער פארהאן די זעלבע פראגע אויך לגבי אלע שטערן אין דעם גאנצן חלל, וויבאלד לויט ווי די אמאליגע אסטראנאמיקער האבן דאס פארגעשטעלט האט דאס געדארפט הייסן אז דער גאנצער חלל מיט אלע שטערן (אריינגערעכנט די צוועלף מזלות) דרייען זיך ארום ד...
מאנטאג אפריל 06, 2009 3:33 am
א גוט מארגן הרב ערנסטער שלומכם יסגי, בשב"ק העעל"ט עברתי על דברי הרמב"ם בהל' קידוש החודש ומצאתי את שאהבה נפשי להצדיק את הצדיק דמעיקרא מרן הגאון החת"ס זצ"ל. איך טרעף דערווייל נישט אין פרק י"ב דעם לשון הרמב"ם וואס איר האט אויבן אראפגעברענגט איר זענט גערעכט - דאס איז ...
דאנערשטאג אפריל 02, 2009 10:47 am
זאגט מען אז קיין שום טובה בלייבט נישט אומבאשטראפט.
מיטוואך אפריל 01, 2009 6:55 am
דאס ווארט 'מילער' באדייט 'מילנער'.
מאנטאג מרץ 30, 2009 2:29 am
farshlufen, זיס, קרעמער, א דאנק! טאקע אין דעם זין ('צעמישט', 'צעטומלט') האב איך דאס געהערט.
זונטאג מרץ 29, 2009 10:49 am
וואס מיינט "א צע'חוש'טער"?
זונטאג מרץ 29, 2009 3:34 am
אין אלס א פראסט-פשוטן און א בעל-הבתי'שן תרוץ אויף דעם חת"ס איך (אנכי הקטן) וואלט געזאגט אז פון דעם אליין וואס תקופת ניסן לויט שמואל'ן וועט פאלן אין חודש ניסן נאר ביז סוף אלף השישי איז שוין מוכרח אז הלכה אין רבמ"ם איז נישט לויט תקופת שמואל, ווייל אנדערש רבמ"ם וואלט געמוזט באצייכענען אז...
זונטאג מרץ 29, 2009 3:27 am
אין חלק ט"ז פון 'ליקוטי שיחות' (פון דעם ליובאווישטער רבי'ן) אין דער ערשטער שיחה אויף פרשת בא http://otzar770.com/library/display_page.asp?nPageNumber=94&cPartLetter=b&nBookId=98&refrashBookNav=Y" onclick="window.open(this.href);return false; דער רבי, ברענגענדיק דעם רמב"ם, שרייב...
דאנערשטאג מרץ 26, 2009 4:35 pm
דער רמב"ם נעמט אן די עיבור השנים אלס 7 יאר אין א משך פון 19 יאר און דעמאלטס שטימט די שנות הלבנה מיטן שנת החמה אין פרק י"ב פון הלכות קידוש החודש דער רבמ"ם (שוין נאך דעם ווי ער האט מבאר געווען די ביידע שיטות - שמאול'ס און ר' אדא'ס אין פרקים ט' און י') שרייבט: י כל תשע עשרה שנה, שיהיו מ...
דאנערשטאג מרץ 26, 2009 11:26 am
תקופת רב אדא ארבעט אז יעדע 19 יאר פאנגט זיך אן א מחזור ווען די חמה און לבנה פאנגען אן צירקולירען כביום תליית המאורות בראש מזל טלה, און אין משך פון די ניינצן יאר שטעלן מיר אריין זיבען שנות העיבור צו קענען אקאמאדירען די 11 (מיט אביסל) טעג מיט וואס די שנת הלבנה איז קורצער ווי דער שנת החמה, וכן נקיטינן...
זונטאג מרץ 22, 2009 11:34 am
farshlufen האט געשריבן: די אידישע ווארט קורטשען קומט פון דעם רוסישן ווארט
יא
זונטאג מרץ 22, 2009 4:49 am
אינטעליגענט האט געשריבן:"זיך קורטשען פאר געלעכטער" [=מלשון איינגעקורטשעט \ איינגעדרייט ווי א שנעק]
פון רוסישן/סלאווישן ווארט корчиться (קאָרטשיצא) וואס מיינט 'ערשטיערן', 'קאנוואולסירן' (convulse).