די זוך האט געפונען 2673 רעזולטאטן

דורך איסר האטלקי
דינסטאג מארטש 31, 2020 2:01 am
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: וואו זענען עסקנים/ארגעניזאציעס? דערווייל דארפט "איר" זיין דער מציל!
תגובות: 20
געזעהן: 2271

Re: וואו זענען עסקנים/ארגעניזאציעס? דערווייל דארפט "איר" זיין דער מציל!

מ'מעג דא שרייבן אויך אין נארמאלע פאנטס אדער נאר פון 200 און העכער? איך באקום קאראנע סימפטאמען פון ליינען אזויפיל גרויסע רויטע ווערטער.
דורך איסר האטלקי
דינסטאג מארטש 31, 2020 1:43 am
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: א סדר צום ערשטן מאל? האט איר א בעיסיק ליסטע
תגובות: 22
געזעהן: 1057

Re: א סדר צום ערשטן מאל? האט איר א בעיסיק ליסטע

נישט פארגעסן מה נשתנה לעכט.
דורך איסר האטלקי
דינסטאג מארטש 31, 2020 1:37 am
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)
תגובות: 405
געזעהן: 17974

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

איי אין גראסערי?? כהאב נישט קיין ברירה, מיינע קינדערליך קענען נישט אויסגיין פון הונדערט און כפראביר דאס בעסטע זיך צו באשיצן און כהאף אז דער וואס שטייט נעבן מיר פרובירט זיך אויך צו היטען האסט פראבירט צו מאכן א פאון ארדער? איך האב פרובירט, אין אישי קען איך דיר זאגן וועלכע גראסערי. פאון ארדערס נעמען ז...
דורך איסר האטלקי
דינסטאג מארטש 31, 2020 1:18 am
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: ובעד עמך רחמים שאלי!!!!!! שמות להתפלל על חולי קורונה.
תגובות: 291
געזעהן: 46351

Re: ובעד עמך רחמים שאלי!!!!!! שמות להתפלל על חולי קורונה.

מיט אזויפיל רעקארדערס איז זיכער אז רבים צריכים לו....
דורך איסר האטלקי
מאנטאג מארטש 30, 2020 8:15 pm
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות
תגובות: 2487
געזעהן: 394050

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

זיי באשילדיגען איינעם אין פרייס גאוזשינג, אים אויפגעפיקט מיט 10 עיזשענטס כאילו ער איז א באוואפענטע פארברעכער, זיי האבען נישט וואס צו טון בעסער ער האט אויך אריינגעהיסט אין די עידזשענטס ווען זיי זענען געקומען אפאר טעג צוריק, און זיי געזאגט אז ער האט קאראנע. ער האט געמיינט אז די שפיצל גייט אים אויך הע...
דורך איסר האטלקי
מאנטאג מארטש 30, 2020 12:33 am
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)
תגובות: 405
געזעהן: 17974

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

סטיטשינער האט געשריבן:ווייס נישט ווי קראנט דאס איז
2020-03-29.jpg

ער רעדט פון בני ברק, וקל וחומר אין ברוקלין וואו די מצב איז טויזנט מאל ערגער.

אדער קען זיין אז ס'איז נאר חל במקום שיש גם אנשי עץ...
דורך איסר האטלקי
מאנטאג מארטש 30, 2020 12:30 am
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: א שמייכל מיט קאראנע
תגובות: 817
געזעהן: 57654

Re: א שמייכל מיט קאראנע

כ'האב געטראכט צו מיר היינט (קען זיין אז נאך איינער האט עס שוין אויך געטראכט), קטורת איז דאך א סגולה פאר מגיפות. פאר דעם זאגט מען 'מפני שהקול יפה לבשמים' אז דאס זאגן די פיטום הקטורת איז א סגולה צו קענען שמעקן בשמים...
דורך איסר האטלקי
מאנטאג מארטש 30, 2020 12:02 am
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?
תגובות: 49
געזעהן: 2096

Re: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס? נו אוודאי איז ער שולדיג. ער איז אויך שולדיג אז מיין ביה"כ שמעקט. ער איז שילדיג אז מענטשן האבן עס אנגעקיקט פאר א וויץ . אפילו שמעון ראלניצקי האט אויף א טראפ טיפער אנטשטאט יא דערשרעקן די עולם האט ער געזאגט אז ס'איז א פלעינע פלו יעדער האט געהאלטן ס'איז א וויץ. דער ...
דורך איסר האטלקי
זונטאג מארטש 29, 2020 11:59 pm
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?
תגובות: 49
געזעהן: 2096

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

און ווען טראמם זאגט אז אין נ.י. איז עס זייער שטארק און מען זאל נישט פארלאזען אדער אריינקומען צו ניו יארק סטעיט, איז ער א ראסיסט. וואס ער זאל נאר טוהן וועט נישט זיין גוט זיין טראוועל פארבאט קיין כינע איז אויך געווען ראסיסטיש און אויך זיין פארבאט קיין אייראפע. אפאר היימישע אינגעלייט ליגן פשוט יעצט אי...
דורך איסר האטלקי
זונטאג מארטש 29, 2020 11:56 pm
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: שמות הנעדרים ל"ע מהמחלה הנוראה
תגובות: 42
געזעהן: 6440

Re: שמות הנעדרים ל"ע מהמחלה הנוראה

האסט א געהעריגע מקור אז די היימישע טשאפלס זענען ממש איבערגעפילט? להוי ידוע, איך האב נישט קיין שום אגענדע , איך וויל פשוט זייער שטארק אז די וואס מאכן עס אוועק זאלן זיין גערעכט, און עס זאלן ח''ו נישט זיין גרויסע נומערן פון נפטרים. די קליפס פון היינט אין טשאפעל האבן אזוי געוויזן, און די בד"ה אשכו...
דורך איסר האטלקי
זונטאג מארטש 29, 2020 8:45 pm
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: שמות הנעדרים ל"ע מהמחלה הנוראה
תגובות: 42
געזעהן: 6440

Re: שמות הנעדרים ל"ע מהמחלה הנוראה

יודל קליין האט געשריבן:
אדמו"ר מאסטראוו קאלאשין זצ"ל האט קלאר נישט געהאט קיין שום שייכות מיט וויירוס

נישט קלאר. ער האט זיכער געהאט די סימפטאמען, כך שמעתי פון אן אייניקל.
דורך איסר האטלקי
זונטאג מארטש 29, 2020 8:40 pm
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: זאלן די מוסדות ווייטער טשארדשען שכר לימוד געהעריג?
תגובות: 44
געזעהן: 2159

Re: זאלן די מוסדות ווייטער טשארדשען שכר לימוד געהעריג?

איך האב באצאלט פון פאראויס און איך האב נישט חרטה. די מלמדים באקומען באצאלט (טיטשערס איז יש ויש, ליידער), רענט און מארטגעדזש קאסט ווייטער, עסן טיילן זיי ביד רחבה, א חדר אויפן טעלעפאון מיט צעטלעך און פרייזעס שטעלן זיי צו, קיין פראגראמען איז נישטא יעצט (נאר פאר די עסן וואס זיי טיילן אויס, דאס שטעלט די ...
דורך איסר האטלקי
זונטאג מארטש 29, 2020 8:28 pm
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: א שמייכל מיט קאראנע
תגובות: 817
געזעהן: 57654

Re: א שמייכל מיט קאראנע

אינטערעסאנט אז נאר די גוטע אידן גייען פון קאראנע, נאכנישט געהערט פון קיין איין שלעכטע מענטש אדער א גנב וואס די קאראנע האט גענומען.

מ'דארף תשובה טון.
דורך איסר האטלקי
זונטאג מארטש 29, 2020 10:44 am
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: וויאזוי גייט די קאראנאוויירוס אויסברוך טוישן די וועלט?
תגובות: 38
געזעהן: 2937

Re: Re:

די קאראנע וויירוס גייט שטארק העלפן טראמפ אין זיין מלחמה מיט די גאנצע וועלט, כינע, אייראפע, מעקסיקא, וכו'. סיי לגבי טרעיד און סיי לגבי בעסערע גרעניצן. די וויירוס פאר זיך גייט גארנישט טוישן, חוץ אז מענטשן גייען פאר די נעקסטע האלבע יאר האבן מער פיורעל און אשר יצר פאפיר אין שטוב. טראמפ גייט פארלירן זיי...
דורך איסר האטלקי
זונטאג מארטש 29, 2020 10:03 am
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: למעשה וואס האט צוגעברענגט דעי מגיפה?
תגובות: 9
געזעהן: 689

Re: למעשה וואס האט צוגעברענגט דעי מגיפה?

די Spy View פון די עמי מאגאזין טענה'ט מיט א זיכערקיייט אז ס'קומט פון רוסלאנד, עי"ש ותמצא נחת...
דורך איסר האטלקי
פרייטאג מארטש 27, 2020 2:00 pm
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: עצות פאר פסח'דיג מאכן און אנגרייטן דעם יו"ט
תגובות: 10
געזעהן: 271

Re: עצות פאר פסח'דיג מאכן און אנגרייטן דעם יו"ט

ער האט מיר אויך געזאגט אז פיורעל מעג מען נוצן פסח אפי' ס'האט חששות. מ'זאל נאר וואשן די הענט מיט וואסער בעפארן עסן עפעס.
דורך איסר האטלקי
פרייטאג מארטש 27, 2020 1:50 pm
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: עצות פאר פסח'דיג מאכן און אנגרייטן דעם יו"ט
תגובות: 10
געזעהן: 271

Re: עצות פאר פסח'דיג מאכן און אנגרייטן דעם יו"ט

א רב האט מיר גע'פסק'נט צו געבן מצות פאר די קינדער אין שטוב אפי' חודש ניסן, כדי זיי זאלן עסן געהעריג און די שטוב זאל נישט ווערן חמצ'דיג.

פאר די פאר טעג פאר פסח קען עס שטארק צונוץ קומען.
דורך איסר האטלקי
פרייטאג מארטש 27, 2020 1:47 pm
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: עצות פאר פסח'דיג מאכן און אנגרייטן דעם יו"ט
תגובות: 10
געזעהן: 271

Re: עצות פאר פסח'דיג מאכן און אנגרייטן דעם יו"ט

אויך נישט די קאך אדער וואו מ'זעט חמץ? איך גלייב נישט.
דורך איסר האטלקי
פרייטאג מארטש 27, 2020 11:48 am
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: עצות פאר פסח'דיג מאכן און אנגרייטן דעם יו"ט
תגובות: 10
געזעהן: 271

Re: עצות פאר פסח'דיג מאכן און אנגרייטן דעם יו"ט

אלע דיינים פסק'נען אזוי, שוין דא אשכולות פאר דעם. דומ"ץ קרית יואל, בד"ץ סאטמאר וויליאמסבורג, באבוב 45, און נאך.

וואס מ'פארקויפט זאל מען נישט אנקוקן. די איבריגע זאל מען נאר קערן. וואשן זאל מען נאר וואו מ'זעט חמץ און די גאנצע קאך וואס ווערט נישט פארקויפט.
דורך איסר האטלקי
פרייטאג מארטש 27, 2020 11:40 am
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: עצות פאר פסח'דיג מאכן און אנגרייטן דעם יו"ט
תגובות: 10
געזעהן: 271

Re: עצות פאר פסח'דיג מאכן און אנגרייטן דעם יו"ט

איך גיי אויפשטעלן דעם קומענדיגן זונטאג מיין פסח קאך אינעם מעסטער בעדרום. א טיש מיט צוויי ברענערס (רעדזשוי בלע"ז). די וואסער וועט קומען פון די לאנדרי רום סינק מיט א שמאטע (נד"נ) כמובן, אדער קען מען נוצן ספרינג וואסער באטלעך, און דער געהעריגער קאך וועט בלייבן חמצ'דיג ביז שבוע שחל בו. די פסח'...
דורך איסר האטלקי
פרייטאג מארטש 27, 2020 11:37 am
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: עצות פאר פסח'דיג מאכן און אנגרייטן דעם יו"ט
תגובות: 10
געזעהן: 271

עצות פאר פסח'דיג מאכן און אנגרייטן דעם יו"ט

אין ליכט פון קאראנע, וועט דער עולם דא ארויסגעבן עצות און טיפס, וויאזוי מען קען פסח'דיג מאכן לייכטערהייט, כאטש די קינדער זענען אין שטוב און ס'קומט אן זייער שווער.
דורך איסר האטלקי
פרייטאג מארטש 27, 2020 11:26 am
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?
תגובות: 268
געזעהן: 18606

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

וואס "דו" האסט געליטן איז "מיר" נישט נוגע, ס'אינטרעסירט מיך נישט, אזוי ווי דיך אינטרעסירט נישט מיינע פראבלעמען.. וואס איז "יא" מיר נוגע, איז, אז "מיין" טאטע זז"ג, איז אן עלטערער מלמד צו לאנגע געזונטע יארן, כ'געדענק מיין זיידע איז אויך געווען א מלמד, עד ז...
דורך איסר האטלקי
פרייטאג מארטש 27, 2020 11:17 am
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?
תגובות: 268
געזעהן: 18606

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

אגב איז יעצט א גוטע צייט פטור צו ווערן פון די אלטע מלמדים וואס מ'זוכט שוין לאנג א וועג ארויס פון זיי... ;l;p- בין כך ובין כך, סיי דו זאגסט זיי אפ יעצט, סיי דו גיבסט זיי קאראנע..., הרגע'סטו זיי בידים, והבן...... [טוה עס מיט דיינע עלטערן קודם ביטע, איר זוכסט דאך 'זכותים' איא?, און נאכדעם עמיר רעדן..]...
דורך איסר האטלקי
דאנארשטאג מארטש 26, 2020 11:49 am
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: טענה'ריי איבער מנין / מקוה (קעפל געטוישט)
תגובות: 246
געזעהן: 9798

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה (קעפל געטוישט)

ניס קראכער האט געשריבן:אין נישט פארגעסן אויסצוטוען די תפילין פאר מוסף...

פעלט נישט אויס. בעסער צו דאווענען מיט די תפילין, מ'זאגט נישט קיין כתר.
דורך איסר האטלקי
דאנארשטאג מארטש 26, 2020 11:46 am
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: שעת חירום מעלדונג פון די הנהלה
תגובות: 105
געזעהן: 7080

Re: שעת חירום מעלדונג פון די הנהלה

איינער פון די מנהלים האבן מורא געהאט אז א געוויסע אשכול וועט מאכן א "פאניק" חלילה און ער וועט ל"ע האבן א סיבה צו דאווענען ביחידות צוליב דעם, האט ער עס שנעל געמעקט. א קלוגע שריט.

גיי צו פארגעשריטענע זוכעניש