די זוך האט געפונען 104 רעזולטאטן

דורך תהוובהו
דאנארשטאג יולי 14, 2011 11:57 pm
פארום: היימישע דזשורנאל
אשכול: מגילת איכה לייבעלע
תגובות: 23
געזעהן: 2500

מגילת איכה לייבעלע

א דאנק אייך אלע פאר'ן מיטוויינען. עס וויינט זיך עפעס בעסער צוזאמען. איך האב אינמיטן אויסגעפלאצט אין געלעכטער,ס'איז נישט קיין ווערטל, כ'שפיר ווי א אכזר!!! זייט מיר מוחל , אבער די "איבערגעצויגנס" ? די קעדאטשקע פון די פינגערס אין מיסט? אין די געלבליכע נאז? אוי השם ישמרנו! קצב מעסערס? וואס ער ...
דורך תהוובהו
דאנארשטאג יולי 14, 2011 11:40 pm
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: שוידערליכע פרשת "לייבי קלעצקי" אין בארא פארק
תגובות: 1825
געזעהן: 109717

שוידערליכע פרשת "לייבי קלעצקי" אין בארא פארק

עטליכע הערות אין א ווארט וואס קומען מיר ארויף קוקנדיג אזוי אין די בלעטער. די וואס וואונדערן אויף א מאטיוו? עס איז ליידער נאר דא איינס וואס לאזט זיך טראכטן, לויט שכל, לויט היסטאריע, לויט די אומשטאנדן פון אזעלכע מעשיות, לויט די אומשטאנדן פון דעם יעצטיגן מעשה, לויט דעם מענטשנ'ס פערזענליכע עבר, לויט הל'...
דורך תהוובהו
דאנארשטאג יולי 14, 2011 12:55 am
פארום: היימישע דזשורנאל
אשכול: מגילת איכה לייבעלע
תגובות: 23
געזעהן: 2500

מגילת איכה לייבעלע

איך קרעכץ. זיפץ. כליפע. איך קלאג, וויין און יאמער. די אויגן דערטרונקען אין א ים טרערן. די באקן פארפלייצט. די בארד דורכגענעצט. איך לאז ארויס מאדנע געשרייען. קרעכצן האקן איבער. איך שריי ווייטער. נאכאנאנדע כליפּען שטערן. איך שריי ווידער, ביז הייזעריג. עס רייסן זיך ארויס מאדנע קולות. איך פאל ארונטער אָן...
דורך תהוובהו
מאנטאג מאי 09, 2011 6:09 pm
פארום: היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער
אשכול: די סומאטוכע מיט קלינטאן'ס בילד אין 'די צייטונג'
תגובות: 161
געזעהן: 15052

די סומאטוכע מיט קלינטאן'ס בילד אין 'די צייטונג'

ומכאן הקריאה יוצאת, מען דארף נעמען א מוסר השכל און געדענקן, וואס איר שרייבט סיי ווי אימער, און בפרט אויפן וועב, און בפרט דא צווישן היימישע אידן ווערט געזען אויך דורוך אזעלכע וואס איר ווילט נישט אז זיי זאלן עס זען, און זיי וועלן עס צושמירען איבעראל כדי צו פארשעמען די ארטאדאקסישע אידענטום, גיבט אכטונ...
דורך תהוובהו
מאנטאג מאי 02, 2011 11:40 pm
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: אסאמא בין לאדין טויט!!
תגובות: 845
געזעהן: 53633

אן ענטפער צו הרב לאנדא

א דאנק פאר דעם לינק פון מר. לאנדא. די ערשטע מאל וואס איך האב אים געהערט. עס איז אפשר געווען גוט צו פרובירן זאגן א פוינט, אבער א רעדנער דארף צוברענגען פאקטן און משלים צו זיינע ווערטער און עס דארף אויך שטימען. דו זאגסט אז אמעריקע איז באקאנט אלס די גרעסטע טעראריסטישע ארגאניזאציע. אמת, זיי האבן שוין געה...
דורך תהוובהו
מאנטאג מאי 02, 2011 11:15 am
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: אסאמא בין לאדין טויט!!
תגובות: 845
געזעהן: 53633

אסאמא בין לאדין טויט!!

איך האף אז קיינער גלייבט נישט דעם בילד פון דעם טויטן בין לאדין. עס קוקט אויס אינגאנצן א געפאטשקעטע און אויב קיינער פון די נייעס אגענטורן ברענגען עס נישט איז עס ווארשיינליך א געמאכטע מעשה. אוודאי איז עס פאלטש! ווער ס'האט איין רגע געקלערט אז ס'איז עכט, ברויך א גרויסע דאקטער. "אויב" האסט געו...
דורך תהוובהו
מאנטאג מאי 02, 2011 12:20 am
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: אסאמא בין לאדין טויט!!
תגובות: 845
געזעהן: 53633

אסאמא בין לאדין טויט!!

איך האף אז קיינער גלייבט נישט דעם בילד פון דעם טויטן בין לאדין. עס קוקט אויס אינגאנצן א געפאטשקעטע און אויב קיינער פון די נייעס אגענטורן ברענגען עס נישט איז עס ווארשיינליך א געמאכטע מעשה.
דורך תהוובהו
זונטאג מאי 01, 2011 11:48 pm
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: אסאמא בין לאדין טויט!!
תגובות: 845
געזעהן: 53633

אסאמא בין לאדין טויט!!

לב טוב האט געשריבן:לויט עי בי סי איז ער געהרגעט געווארן דורך א מיליטערישע לופט אטאקע


לויט אבאמא איז ער געהרגעט געווארן אין א "פייער פייט" אויף דער ערד
דורך תהוובהו
זונטאג מאי 01, 2011 10:20 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: והמחמיר יש לו על מי לסמוך
תגובות: 5
געזעהן: 753

והמחמיר יש לו על מי לסמוך

ווען די הלכה איז ווי דער מקיל אבער ס'איז דא א מקום להחמיר, טרעפט מען אמאל אין ספרים א לשון ווי "המחמיר יש לו על מי לסמוך" וכד', לכאורה איז דאס נישט ריכטיג ווייל דער מחמיר איז דאך זיכער גוט, ער דארף זיך נישט "סומך זיין" (חוץ ביי א חומרא דאתי לידי קולא). איז דאס א שיגרא דלישנא ווא...
דורך תהוובהו
זונטאג מאי 01, 2011 10:11 pm
פארום: היימישע קרעטשמע
אשכול: דיבוק תש''ע
תגובות: 169
געזעהן: 16737

דיבוק תש''ע

ליינט עס אדורך און דערנאך זאל איינער מיר קומען זאגען אז עס איז נישט דא קיין מקור. און איך זאג ווידער אז ר' אביגדור מיללער זצ"ל האט נישט געזאגט וואס מעברענגט בשמו. [/b] דערמאנסט מיך פון די פעלער ווען מ'האט נאכגעברענגט א מאמר אדער א שיטה פון א ראשון אדער א צדיק און עס האט נישט געשמעקט פאר'ן הערע...
דורך תהוובהו
זונטאג מאי 01, 2011 9:55 pm
פארום: היימישע קרעטשמע
אשכול: לאמיר זיין חסידישע "מענטשן"
תגובות: 22
געזעהן: 1932

לאמיר זיין חסידישע "מענטשן"

מיר איז אויך באשערט צו ארבעטן אין א קאמפעני וואס האנדעלט מיט גוים און אידן צוגלייך. איך קען דיר איין זאך זאגן, מיר האבן זיך גארנישט צו שעמען פון זיי! זיי זענען גרויסע דריי קעפ און זיי ווייסן זייער גוט וויאזוי צו מאכן ריטורענס.. יא, ס'איז דא אידן ביי אונז וואס מעגן זיך ווען פארבעסערן אין מדות אבער ק...
דורך תהוובהו
זונטאג מאי 01, 2011 8:52 pm
פארום: היימישע קרעטשמע
אשכול: לאמיר זיין חסידישע "מענטשן"
תגובות: 22
געזעהן: 1932

לאמיר זיין חסידישע "מענטשן"

א דאנק פאר די יישר-כוח'ס. דאס דאנקען אליין איז שוין בעצם א מענטשליכקייט. און אויב אנשטאט אנהייבן ארגומענטירן און טענה'ן, שרייען און אריינפליקן, שאקלט מען מיט'ן קאפ צו איינשטימען מיט יענעמ'ס ווערטער, איז דאך דאס שוין א העכערע שטאפל און מער בדרכי נעימות. אלזא, א דאנק. און די מעשה פון מיר איז אזוי איך ...
דורך תהוובהו
פרייטאג אפריל 29, 2011 1:12 am
פארום: היימישע קרעטשמע
אשכול: לאמיר זיין חסידישע "מענטשן"
תגובות: 22
געזעהן: 1932

לאמיר זיין חסידישע "מענטשן"

איך וויל אראפשרייבן אביסל וואס ליגט אויפ'ן הארץ און דא איז די פלאץ וואו איך קען שרייבן צו מערערע משלנו'ס אויפאמאל. אולי ואולי, אפשר דאך וועט עס אריינגיין אין איינעמס אויערן. אז נישט, זאל זיין אין מיינע אייגענע. שוין א שטיק צייט וואס איך האלט מיט ביי א געוויסע אידישע קאמפאני אן אינטערעסאנטע ערשיינונג...
דורך תהוובהו
דינסטאג מארטש 22, 2011 5:29 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: וויאזוי זאגט מען עס אויף ענגליש?
תגובות: 780
געזעהן: 77905

וויאזוי זאגט מען עס אויף ענגליש?

וואזוי זאגט מען "בענקען" און ענגליש? ער בענקט זיך נאך די אלטע צייטן. א בענקעדיגע קינד. "יערנינג" איז לכאורה די בעסטע. עס מיינט ווען מ'גלוסט און מ'בענקט נאך עפעס וואס עס איז מער נישט דא. דערנאך קומט "לאנגינג", וואס מיינט אויך צו שטארק ארויסקוקן אויף עפעס. אויך "נאס...
דורך תהוובהו
דינסטאג מארטש 22, 2011 5:14 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: נשר - אדלער
תגובות: 17
געזעהן: 2125

נשר - אדלער

איך האב שוין געזען געשריבן איבער דעם, למעשה איז נישט דא קיין קלארקייט וועלכער עוף דאס איז. אין דעם ספר-ביכל חי-ציקלופדי'ה ברענגט ער א בילד פון עפעס אן אנדערן גרויסן עוף אז דאס איז גאר דער נשר. די היינטיגע וויסנשאפטלער (סייענטיסטן בלע"ז) לאכן אפ פון דעם "על כנפי נשרים", ווייל לויט זיי...
דורך תהוובהו
דינסטאג מארטש 22, 2011 5:12 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: נשר - אדלער
תגובות: 17
געזעהן: 2125

נשר - אדלער

נתן דוב האט געשריבן:כנשר יער קנו

ב) וואס איז דאס א רויב פויגעל - ?? ווי אזוי הייסט עס אויף ענגליש ??


לכאורה דער Raven וואס איז פון די משפחה פון Crows
דורך תהוובהו
דינסטאג מארטש 22, 2011 5:03 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: קרעטשמע מערכה: רעפּאָרט קאַרד פאר שרייבער און זייערע ארטיקלן
תגובות: 91
געזעהן: 6062

קרעטשמע מערכה: רעפּאָרט קאַרד פאר שרייבער און זייערע ארטיקלן

לעצטנס באמערקט ביי עטליכע פיינע שרייבער וועלכע ניצן דעם "צע" ביי פעלער וואו עס קומט נישט אריין. צב"ש: צעביסליך [דארף זיין צוביסליך, וואס באדייט צו-ביסל-יך. ענליך ווי טייל מענטשן זאגן "צושטייטליך", דהיינו, די זאך האלט זיך צו דעם וועג פון ביסליכווייז אדער שטייטליך-ווייז]. . ב...
דורך תהוובהו
דינסטאג מארטש 22, 2011 4:53 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: יוד
תגובות: 7
געזעהן: 993

יוד

דער "איד" און JEW איז היפש עלטער פון דייטש און אויך אין אנדערע שפראכן ווי אראמיש און גריכיש געפינט מען דעם ווארט. לכאורה האט מען בעיקר אנגעהויבן רופן דעם אידישן פאלק אלס "יהודים" נאך דער צוזאמענפאל פון מלכות ישראל ווען עס איז געבליבן נאר די מלכות יהודה. (פריער זענען אידן געווען ד...
דורך תהוובהו
זונטאג אוקטובער 28, 2007 10:52 pm
פארום: מדי שבת בשבתו ומועד במועדו
אשכול: דיונים ועיונים בפרשת וירא
תגובות: 114
געזעהן: 11573

דיונים ועיונים בפרשת וירא

לגבי די פראגע פארוואס דער זכות פון עקידת יצחק איז בעיקר פאר אברהם, לכאורה איז דאך אויך גאנץ שווער זיך צו לאזן הארגענען? זאגט דער אבן עזרא אז טאקע וועגן דעם וויבאלד מ'זעט נישט אז דער פסוק זאל עפעס דערמאנען עפעס איבער יצחק'ס צדקות ביי די מעשה, האלט ער מסברא אז יצחק האט גארנישט געוואוסט וואס דער טאטע פ...
דורך תהוובהו
זונטאג אוקטובער 28, 2007 10:44 pm
פארום: ידיעות התורה
אשכול: חשבון מהלך המזלות והמסתעף
תגובות: 75
געזעהן: 8365

חשבון מהלך המזלות והמסתעף

ניין,
עס איז דא א בריוו פונעם רמב"ם ווי מ'פרעגט אים אן איבער דעם ענין פון מזלות און ער מאכט עס דארט אינגאנצן אוועק . זוך עס אויף, עיין שם, ותמצא סמוכין לדבריך.
דורך תהוובהו
דינסטאג אוקטובער 23, 2007 1:54 pm
פארום: מדי שבת בשבתו ומועד במועדו
אשכול: דיונים ועיונים בפרשת וירא
תגובות: 114
געזעהן: 11573

דיונים ועיונים בפרשת וירא

מילער און שוועמל

ענק דארפן א היפש ביסל האבן פארפאסט צו זאן און פרעגן די קשיא: "געוויס האט דער רמב"ם געהאט אזוי בקבלה." און "אבער צו וואס דארף ער אזוי האלטן, מה הכריחו לכך?"
דורך תהוובהו
זונטאג יוני 17, 2007 1:17 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: גייסטישע שמערצן און פייניגונגען
תגובות: 27
געזעהן: 6127

גייסטישע שמערצן און פייניגונגען

שווער צו גלויבן...

כאטש איינער דא וואלט געמעגט וויסן אז די ריכטיגע אויסלייג איז "פערספעקטיוו".
דורך תהוובהו
מאנטאג יוני 04, 2007 5:35 pm
פארום: היימישע קרעטשמע
אשכול: בזיעת אפיך תאכל לחם...
תגובות: 10
געזעהן: 2763

בזיעת אפיך תאכל לחם...

זארעכ דיין פליסיגע שריפט וועט זיך נישט טוישן אויף ערגער אויב וועסט שרייבן פאר געלט... אויב עפעס, נאר פארקערט. מען דארף זיך נישט אונטערשאצן, און אויב ביסטו טאקע מסופק אין דעם שטאפל פון דיין געשרייבעכץ, שטעל איך זיך צו אויף די זייט פון די אלע קאמפלימענטן וואס (זאגסט אז) דו האסט באקומען. דיין פען איז ג...
דורך תהוובהו
מאנטאג יוני 04, 2007 5:23 pm
פארום: היימישע קרעטשמע
אשכול: מ'קען זיך געזעגענען פין סטראבעריס
תגובות: 40
געזעהן: 6965

מ'קען זיך געזעגענען פין סטראבעריס

נישט נאר וועט ארויסקומען מיט די צייט, נאר עס איז שוין איצט, עס ווי ספיק, אויך דא פון סקווירער בי"ד וואס איז נקי און מ'מעג עסן.

צווייטנס איז דאס נישט קיין מייקראסקאפישע געקוקעכץ. דעם ווערימל קענסטו זען מיט'ן נאקעטן אויג, נאר דארפסט וויסן וויאזוי צו קוקן.
דורך תהוובהו
מאנטאג יוני 04, 2007 5:17 pm
פארום: היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער
אשכול: הערט איר "קול מבשר"
תגובות: 21
געזעהן: 4528

הערט איר "קול מבשר"

נאך אין מיין לעבן נישט געהערט. אויסער דוכט זיך איין מאל ווען עמיצער האט עס אנגעצינדן אויף ספיקער.

גיי צו פארגעשריטענע זוכעניש