די זוך האט געפונען 198 רעזולטאטן

דורך כעלעם'ר מגיד
מאנטאג יולי 29, 2019 1:07 pm
פארום: מנהג ישראל
אשכול: גיין צו א מאמעס ציון
תגובות: 81
געזען: 13319

לעניית דעתי דארף עס א יסוד'דיגע בירור בכלל די מנהג עלייה לציון פון די צדיקים לבית סיגוט. די חקירה איז צי ביי זיי האט מען געהאלטן אלס א מנהג פשוט צו גיין צו די קברים פון עלטערן ביום היאהרצייט, נאר ביי די מאמע איז מען נישט געגאנגען, צי ווייל מ'גייט נאר צום טאטן, אדער ווייל די יאהרצייטן פאלן פונקט אויס...
דורך כעלעם'ר מגיד
דינסטאג יולי 23, 2019 6:20 pm
פארום: אוצר הידיעות
אשכול: וואו איז דער מקור?....
תגובות: 6111
געזען: 512325

ווער קען צוצייכענען ווי מרן רבינו מסאטמאר שרייבט אין ויואל משה אז ס'וועט נאך קומען א צייט ווען אלע וועלן איינזעהן דעם ריינעם אמת? אין די הקדמה, מער צום סוף. איין מאל אין ד"ה 'ומבואר מכל זה', ויבוא עוד זמן שיפתחו איזה לבבות ישראל ויפקחו עיניהם ויגיעו לאזניהם הקולות המצלצלים מדרך הראשונים שבקשו ...
דורך כעלעם'ר מגיד
דינסטאג יולי 02, 2019 1:20 am
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: לשון המשנה; לשה"ק או ארמית?
תגובות: 37
געזען: 10187

אינטערעסאנט שכוח הרב מיללער אין עטליכע נוסחאות פון תרגום אונקלוס שטייט אויף בעצם היום הזה = בקרן יומא האט עס צו טוהן מיט שטראלען? ס'איז בכלל א מחלוקת רש"י און רמב"ן וואס איז טייטש אין די תרגום אויף 'בעצם' היום הזה. רש"י אין מנחות (ה' ב') טייטשט 'בכרן' יומא הדין מלשון מראה, וואס מראה ...
דורך כעלעם'ר מגיד
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 5:54 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: אויסדריקן וואס איך קוק אן שטארק עם הארציש
תגובות: 37
געזען: 10621

.
דורך כעלעם'ר מגיד
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 6:39 pm
פארום: אוצר הידיעות
אשכול: כל החכמות גנוזין בתוה"ק
תגובות: 135
געזען: 9440

כעלעמער מגיד פין וואנעט ווייסט איהר אז דער גר"א האט געהייסען זיין תלמיד איבערזעצען אוקלידוס? ווייל אזוי האט דער תלמיד - א שנה ופירשניק - אליינס פארציילט? אויב איז אוקלידוס אזוי וויכטיג פארוואס האט דער גר"א נישט אליינס דאס איבערגעבען און מפרש געווען. פארוואס ברענגט ער גארנישט דערפון אז סאי...
דורך כעלעם'ר מגיד
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 6:23 pm
פארום: אוצר הידיעות
אשכול: כל החכמות גנוזין בתוה"ק
תגובות: 135
געזען: 9440

אגב די געדאנק שטייט אויכעט אין ספר הברית אויפ׳ן פסוק שמחנו כימות עיניתנו, אז לכאורה איז דאך נאר פארבליבען קנאפע 200 יאר ביז אלף השישי, נו אפילו משיח קומט ווי אזוי וועט מען אפצאלען די אלע שנות הגלות? נאר לעתיד לבא וועט די טאג זיין לענגער במילא וועט מען אלץ אפצאלען. זאל מען שוין זוכה זיין דערצו בקרוב...
דורך כעלעם'ר מגיד
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 6:00 pm
פארום: אוצר הידיעות
אשכול: כל החכמות גנוזין בתוה"ק
תגובות: 135
געזען: 9440

דו לערנסט אפ רבי יונתן'ס פשט אלטס א פשעטיל איך לערן דאס אריין אין פסוק אלטס א אמת'ע פשט טענה'סטו אז ר' יונתן איז צוגעקומען צו דעם נאר נאכן הערן פון א כינעיזער סייענטיסט. קודם כל איך בין נישט אזוי זיכער ווייל פון זיינע ווערטער איז משמע אז ער זאגט אלעס מסברא דיליה, אבער אפילו אויב יא פארשטיי איך נישט...
דורך כעלעם'ר מגיד
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 5:00 pm
פארום: אוצר הידיעות
אשכול: כל החכמות גנוזין בתוה"ק
תגובות: 135
געזען: 9440

דער קאנסעפט פון שפאלטען דער אטאם ווערט דערמאנט אין זוה"ק. נו אדרבה ברענג די מקור פון זוהר געדענק איך נישט פונקט. אבער אין רס"ג און רמב"ם (און שפעטער אין רלב"ג) ווערט דערמאנט אטומים. דער מושג פון א חלק בלתי מתחלק פון וואס אלע גופים גשמיים זענען צוזאמעגעשטעלט איז א מחלוקה וואס גיי...
דורך כעלעם'ר מגיד
מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 12:54 am
פארום: אקטועלע נייעס
אשכול: לימודי חול בבתי חינוך
תגובות: 615
געזען: 89946

איין זאך וואס גייט מיר נישט אריין אין קאפ. פאר א גוט יאר טאטע אין הויכען הימל, וואס אויף דער וועלט האט די נושא אז די חדרים זאלן אויסלערנען נארמאל ענגליש, מיט השכלה, כפירה אדער מינות???? כ'האב עס געהערט פון א כלי ראשון, ס'האט זיך פארמירט א ענגלישע קלאס אינדרויסען פון חדר. האט די מנהל אין סאטמאר פארפ...
דורך כעלעם'ר מגיד
פרייטאג מאי 19, 2017 1:35 pm
פארום: הלכה למעשה
אשכול: כי ממנו תאכל - קציצת אילני פירות
תגובות: 27
געזען: 6923

אפאר נקודות, שלא מן הכתב, וואס איז נוגע הלכה (די רבי'שע חלק וואס איינער האט דערמאנט, אין דעם קען איך נישט אריינרעדן. ווי דער נודע ביהודה שרייבט אין עטליכע תשובות אז ער קען נישט ענטפערן אויף אזעלעכע שאלות וואס ער קען נישט נאכקוקן אין ש"ס און פוסקים. ווידער דאס רעדן וועגן מענטשן וואס האבן זיך אפג...
דורך כעלעם'ר מגיד
מיטוואך מאי 10, 2017 8:36 pm
פארום: מנהג ישראל
אשכול: ברית מילה - וויאזוי לייגט מען דעם קינד אויפן סנדק
תגובות: 40
געזען: 8570

אין זוכר הברית פון ר' אנטשיל גרינוואלד שרייבט ער אז ס'דא וואס פירן זיך אזוי און ס'דא אזוי, שפעטער אין סעי' י"ב שרייבט ער אז אויב ס'דא א גיד קטן, איז עדיף אז מ'זאל נישט פאשלען. אין כללי המילה פון רבי יעקב הגוזר שטייט טאקע דאס איינוויקלען דעם קינד נאכן ברית. ס'איז אבער בכלל נישט משמע אז ער רעדט ...
דורך כעלעם'ר מגיד
מיטוואך מאי 10, 2017 11:17 am
פארום: מנהג ישראל
אשכול: ברית מילה - וויאזוי לייגט מען דעם קינד אויפן סנדק
תגובות: 40
געזען: 8570

אין זוכר הברית פון ר' אנטשיל גרינוואלד שרייבט ער אז ס'דא וואס פירן זיך אזוי און ס'דא אזוי, שפעטער אין סעי' י"ב שרייבט ער אז אויב ס'דא א גיד קטן, איז עדיף אז מ'זאל נישט פאשלען. אין כללי המילה פון רבי יעקב הגוזר שטייט טאקע דאס איינוויקלען דעם קינד נאכן ברית. ס'איז אבער בכלל נישט משמע אז ער רעדט ...
דורך כעלעם'ר מגיד
מיטוואך מאי 10, 2017 11:08 am
פארום: מנהג ישראל
אשכול: ברית מילה - וויאזוי לייגט מען דעם קינד אויפן סנדק
תגובות: 40
געזען: 8570

חס ושלום, איך מיין נישט צו זאגן אז דאס איז א נייע מנהג וואס איז דארט אויסגעוואקסן, אבער כפי הנראה איז עס געווען תלוי לפי המדינות והמקומות, ס'איז געווען פלעצער אזוי, און ס'איז געווען פלעצער אנדערש. אבער כמדומה, איז עס אין ערגעץ נישט געווען אלס א "מנהג", נאר פשוט אלס א "פראקטישע וועג&q...
דורך כעלעם'ר מגיד
דינסטאג מאי 09, 2017 8:12 pm
פארום: מנהג ישראל
אשכול: ברית מילה - וויאזוי לייגט מען דעם קינד אויפן סנדק
תגובות: 40
געזען: 8570

אין שרשי מנהגי אשכנז כרך ב' איז דא א גאנצע אריכות איבער ווימפלען. ער אליינס דארטן האט נישט ארויס קלאר וויאזוי און ווען (און אויב) מ'האט געפאשעלט דאס קינד ביים ברית (אדער נאר אונטערגעלייגט דאס קינד). ער איז אבער נישט מאריך אין דעם פרט ווייל דער עיקר וואס זיין מחקר איז דארט געשטעלט איז וואס איז נוגע פ...
דורך כעלעם'ר מגיד
דינסטאג מאי 09, 2017 12:25 am
פארום: מנהג ישראל
אשכול: ברית מילה - וויאזוי לייגט מען דעם קינד אויפן סנדק
תגובות: 40
געזען: 8570

פאשלען דאס קינד צום ברית איז נישט קיין נייע זאך. אדרבה, דאס נישט פאשלען איז א נייע מנהג. איינס פון די גאר אור אלטע מנהגי אשכנז איז די "ווימפלען" (אדער 'וויקלשנור', א דייפער אין היינטיגן ייענגליש), דאס זענען די אזעלעכע חגורות פאר די ספרי תורה וואס די נשים צדקניות פלעגן אויפנייען פון די סחור...
דורך כעלעם'ר מגיד
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 2:04 am
פארום: אוצר הידיעות
אשכול: וואו איז דער מקור?....
תגובות: 6111
געזען: 512325

יודל קליין האט געשריבן:ווי איז די מקור און ווען האט זיך דאס אנגעהויבן אז מחברים און מוציאי לאור הייבן אן די הקדמה צו זייערע ספרים מיט א ר"ת פון שם הוי"ה אדער אנדערע שמות הקדושים?

רמב"ם ספר היד, י'סוד ה'יסודות ו'עמוד ה'חכמה
דורך כעלעם'ר מגיד
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 2:42 am
פארום: היימישע קרעטשמע
אשכול: גרייט אייך רבותי, "ווערמין סופריום" יר"ה פאר פרעזידענט 2016!
תגובות: 54
געזען: 10693

בשורה טובה תדשן עצם

חובבי ספרים לויפט און קויפט. אונזער באליבטער פרעזידענט ירום הודו איז שוין אויף די פאליציעס מיט זיין שטארק אויפגעכאפן בוך מיטן נאמען I Pony, Blueprint For a New America איבער די גאלרייכע צוקונפט פון אן אמעריקע רייטענדעג אויף די פערדעלך אונטערן הערשאפט פון ווערמין סופריום. ליינט און האט הנאה I Pony, B...
דורך כעלעם'ר מגיד
זונטאג אוגוסט 07, 2016 2:05 am
פארום: הלכה למעשה
אשכול: הלכות מקוואות והמסתעף
תגובות: 116
געזען: 16689

וועלעכע שיעור? לויטן חשבון פונעם רמב"ם אז א רביעית איז די וואג פון 26-27 דירהאם, אדער בערך 17.5 דינרי זהב, וואס קומט אויס אין מאס ארום 75 מ"ל, די שיעור וואס איז געווען אנגענומען אין אירופה, לויט דעם איז א שיעור מקווה נישט מער ווי 76 גאלאן (288 ליטער). לויטן צל"ח איז עס טאפעלט למעשה רע...
דורך כעלעם'ר מגיד
פרייטאג אוגוסט 05, 2016 12:22 am
פארום: אוצר הידיעות
אשכול: וואו איז דער מקור?....
תגובות: 6111
געזען: 512325

א גאנצע מבוכה פאר זיך. אין תיקוני שבת (דפו"ר) איז טאקע דער נוסח "והעדותי וכו' ושניתי ושלשתי", אלעס בלשון עבר. לויט דעם נוסח באלאנגט עס הערשט נאך קידוש. אנדערע זאגן והעדתי ושניתי בלשון עבר און ואשלש בלשון עתיד. ס'דא וואס לאזן די אותיות ווי ס'שטייט ביי אונז אין סידור, ד"ה ואעיד ואש...
דורך כעלעם'ר מגיד
דינסטאג אוגוסט 02, 2016 8:47 pm
פארום: אוצר הידיעות
אשכול: וואו איז דער מקור?....
תגובות: 6111
געזען: 512325

רבון כל העולמים (מיט שלום עליכם פון אנפאנג און מלאכי השלום צום סוף) איז א שילוב פון עטליכע פריערדיגע תחינות (א גאר אלטע מיטל פון צונויפשמעלטצן פארשידענע ענדליכע תפילות אין איינס, כידוע דעת הפילולוגען על תפילות קדומות כמו הקדיש, נשמת כל חי, ברוך שאמר וישתבח), טייל זענען געווען נהוג צו זאגן נאכן לעכט ...
דורך כעלעם'ר מגיד
דינסטאג יולי 26, 2016 2:51 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: אחר - אחרי
תגובות: 7
געזען: 2227

אין פשטות פון לשון רש"י דארט אין פרשת ראה איז נישט משמע אז די ווארט אחרי מיינט מופלג מער ווי אחר. אין פרשת ראה איז די גאנצע ווארט איבריג ווייל ס'איז מופסק פון "דרך מבוא השמש" מיט א פשטא ממילא מיינט עס 'ווייטער', נישט 'נאך' אדער 'הינטער'. דער אבן עזרא וואס רעכענט זיך נישט מיט די טעמים ...
דורך כעלעם'ר מגיד
דינסטאג יולי 26, 2016 12:13 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: א פָּאגְרָאם און א פְּרָאגְרַאם
תגובות: 15
געזען: 2816

נישט נאר מיינען זיי צוויי גאר אנדערע זאכן, נאר זיי שטאמען אפילו נישט פון די זעלבע שפראך. 'פראגראם', א פארגעשריבנע (אדער פארגעלייגטע) פלאן קומט פון לאטיינישן programma. בעווייל וואס 'פאגראם', וואס דאס מיינט דארף מען נישט מסביר זיין, איז א סלאווישע (און רוסיש, דער היימלאנד פון די פאגראמען, Погром).
דורך כעלעם'ר מגיד
דינסטאג יולי 26, 2016 11:39 am
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: אחר - אחרי
תגובות: 7
געזען: 2227

אין מדרש איז דא צוויי דעות, איינס וואס האלט אז "כל מקום שנאמר אחרי סמוך, אחר מופלג". און די אנדערע פארקערט (בראשית רבה מ"ד:ה, אסתר ה:ב). רש"י אין פרשת לך נעמט אן די צווייטע דעה אז "אחר סמוך, אחרי מופלג". אבער אין רש"י אנפאנג פרשת אחרי זעהט אויס ווי ער גייט מיט די מ...
דורך כעלעם'ר מגיד
מאנטאג יולי 25, 2016 5:02 pm
פארום: אוצר הידיעות
אשכול: וואו איז דער מקור?....
תגובות: 6111
געזען: 512325

אין מהדורה פון מוסד הרב קוק שטייט עס
דורך כעלעם'ר מגיד
מאנטאג יולי 25, 2016 11:35 am
פארום: אוצר הידיעות
אשכול: וואו איז דער מקור?....
תגובות: 6111
געזען: 512325

איך בין נייגעריג ווער נאך פון בני אשכנז פירט זיך אזוי בימינו בימינו ווייס איך נישט, אבער מנהג פרובאנס איז א stream פון נוסח אשכנז. דער ירחי אליינס (בעל המנהיג) איז א יליד לוניל און פארדעם הייסט ער טאקע אזוי, lune איז "ירח" אין פראנצוזיש (און טיילווייז אין ענגליש, בהשפעת די פראנצוזישע אינו...

גיי צו פארגעשריטענע זוכעניש